239

ליובאַוויטש געווען זקנים מיט אַ סך זכרונות מימי קדם, וואָס זיי האָבען געהערט פון אַזעלכע זקנים וואָס האָבען געדענקט דעם רעש וואָס איז געווען בשעת מען האָט דעם ליאָזנער רבין אַוועקגעפירט3 אין אַ שוואַרצער קאַרעטע אַרומגערינגעלט מיט זשאַנדאַרען מיט הוילע שווערדן. זיי אַליין זיינען שוין אין מיין צייט ניט געווען אין ליובאַוויטש. אָבער זקנים וואָס האָבען געזעהן דעם ליאָזנער — מיט דעם נאָמען פלעגן יענע זקנים רופען דעם אַלטען רבין — ווען ער איז געפאָרען פון פּעטערבורג קיין ליאַדי4 זיינען געווען אין ליובאַוויטש עטליכע.

אין מיין יומן איז דערמאָנט געוויסע נעמען פון ליובאַוויטש'ער תושבים וואָס געדענקען דעם רעש וואָס עס איז געווען ווען עס איז בעוואוסט געוואָרען אַז דער ליאַדיער איז אַנטלאָפען פון דעם פראַנצויז5.

ד. ווי איך האָב שוין דערציילט האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק שטאַרק משגיח און מדייק געווען אויף מיין חינוך. און מיך געמאַכט צו פאַרשטיין וואָס איך האָב געזעהן, ווי איך האָב אייך שוין דערציילט אין דעם חינוךקאַפּיטל "וואָס געדענקסטו"6.

אין יענע יאָהרן האָט אַ סך מיטגעהאָלפען די השפעה פון אייניגע חסידים און דער סדר פון מיינע חסידישע מלמדים עליהם השלום.

אַ בעזונדער שבח והודי' להשי"ת גיב איך בכל עת פאַר דעם קירוב און חינוך פון די חסידים7 ר' חנוךהענדל, ר' אבא צאַשניקער, ר' שמואל ברוך, ר' מאיר מרדכי, ר' שמואל מאזינקער וכו', וואָס יעדער איינער פון זיי האָט אין מיר ערוועקט און בערייכערט די חסידותאיינגעבאָרענע חושים און כחות הנפש.

דער ערשטער מלמד ר' יקותיאל8 מיט זיינע איינדרוקספולע סיפורים.

דער צווייטער מלמד ר' שמשון9. ער איז געווען אַ גרויסער קפדן, אָבער ער האָט געהאַט אַ ברכה פון הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק אַז ער זאָל

הערות

  1. 3. באריכות וועגן דעם: שיחת י"ט כסלו תרצ"ג. חוברת י"ט כסלו.
  2. 4. וועגן דעם באריכות אין קונטרס לימוד החסידות פ"ו [אגרות-קודש ח"ג ע' שמ ואילך].
  3. 5. באריכות באַשריבן אין מיטעלען רבי'ס בריף (געדרוקט אין בית רבי ענדע חלק א [אגרות-קודש כ"ק אדמו"ר האמצעי ח"א ע' רלז ואילך]. זע אויך שיחת י"ט כסלו תרצ"ג אות ד [לקו"ד ח"א יג, ב ואילך. וראה גם ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 232. וש"נ.
  4. 6. ראה שיחת ליל אחש"פ תש"ו (לעיל ע' 41). וש"נ].
  5. 7. זע וועגן: ר' חנוך הענדל — התמים חלק א' ע' ע"ט. [רשימת היומן של רבינו מיום א, כ' אייר תרנ"ו נדפס בסוף קונטרס] שיחת ל"ג בעומר תש"ח [לקמן ע' 409. וראה גם לעיל ע' 17. וש"נ]. ר' אבא צאַשניקער — שיחת ב' ניסן תש"ח (קונטרס נו) [לעיל ע' 190. וש"נ]. ר' שמואל ברוך: ספר השיחות [קיץ ה'ש"ת] ע' 152. שיחת י"ב תמוז תש"ז ע' 9 [לעיל ע' 137. וש"נ]. ר' מאיר מרדכי: התמים ח"ז ע' קב. שיחת חה"פ תרצ"ד אות טו [לקו"ד ח"א קכה, ב]. ר' שמואל מאזינקער: [רשימת היומן שם בסוף קונטרס] שיחת ל"ג בעומר תש"ח ע' 12 [לקמן ע' 409. וראה גם אודותו: אגרות-קודש ח"ג ע' שפה ואילך. ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 238. ע' 254 ואילך].
  6. 8. זע אויך ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 161.
  7. 9. זע [ספר השיחות] דאָרט ע' 161 (ווערט אויך דערמאָנט אין שיחת כ' כסלו תרצ"ד אות ז [לקו"ד ח"א קו, ב]).

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.