238

ב, י"ב תמוז, ה'תש"ח1

א. (כבדו לאחד מן האורחים לישב על הכסא הפנוי העומד תמיד לימין כ"ק אדמו"ר שליט"א, ולא רצה, ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: ער איז אַ קלוגער. והשיב האורח: הלואי זאָל עס זיין אַזוי. ואמר כ"ק שליט"א:)

אַלעס וואָס השי"ת האָט באַשאַפען בכל העולמות מריש כל דרגין, פון חכמה הקדומה דא"ק ביז דעם ומתחת זרועות עולם2 בעדאַרף האָבן צמיחה, וואַקסען מקטנות לגדלות. דער אופן הצמיחה איז נאָר אַז מען גייט אין אופן וסדר עלי' פון קטנות צו גדלות.

דער תוכן פנימי פון דעם וואָרט איז, אַז עס דאַרף זיין דער סדר פון קטנות וגדלות. קטנות און גדלות אין דעם חסידות'ן חינוך והדרכה, מיינטניט קטנות שטות און גדלות חכמה, נאָר, קטנות מיינט עניני קטני הערך אָבער קלוגע, המצאה'לעך. און דערפאַר זעהן מיר אַז קינדערשע עילויים זיינען על פי רוב גרויסערהייט בעלי תפיסא און בעלי מוחין אָבער ניט קיין קלוגע.

דער ענין הצמיחה אין אַ סדר וואָס פריער איז מען אַ קטן און נאָכדעם ווערט מען אַ גדול דאַרף זיין אין אַלע כחות הנפש און בפרט אין כח החכמה. חכמה בעדאַרף האָבען צמיחה, ווערן קליגער, אויב מען שטעלטזיךאָפּ, איז ניט נאָר וואָס מען ווערט אויס חכם נאָר מען ווערט פשוט אַ שוטה.

עס איז מפורסם, אַז אַ געוואָרענער נאַר איז ערגער פון אַ געבאָרענער נאַר. אַ געבאָרענער נאַר ווייס אַז ער איז אַ נאַר און היט זעך בכלל פון אַ סך ריידען, ער ווייס דאָך וואָס ער איז. אָבער אַ געוואָרענער נאַר, בלייבט באַ אים זיין שטעל און בענעמונג צו זאַכען פון דער צייט וואָס ער איז געווען אַ חכם, איז זיין שטות מיט חכמה'דיקע המצאה'לעך, וואָס בלשון בניאדם רופט מען דאָס שאַרף טיפע נאַרישקייט.

מענטשען מיט יושר אין מדות בני אדם האָבן מיטלייד מיט אַזאַ חכם וואָס איז געוואָרען אַ שוטה מער ווי מיט אַ געבאָרענעם שוטה. און דער עיקר איז דאָס וואָס זיי פאַרטיפען זיך אין אויסזוכן אין זיך פאַרשידענע איינצעלהייטען וואָס זיינען ענליך צו דעם חכםשוטה, און האָרעווען ביגיעה עצומה אויף דעם תיקון מעמדם ומצבם.

ב. אין מיין קינדערשן חינוך וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זצוקללה"ה נבג"ם זי"ע האָט מיך מחנך געווען איז געווען אַ סדר אַז אין די פרייע טעג פון חדר, און אויך יעדען טאָג נאָכן חדר, זאָל איך זיך וואַלגערן צווישן חסידים.

ג. אין יענער צייט זיינען נאָך אין

הערות

  1. 1. נדפס עם מ"מ והערות מכ"ק אדמו"ר נשיא דורנו בסה"מ תש"ט ע' 196 ואילך.
  2. 2. [ברכה לג, כז].

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.