237

עקב. עס זאָל זיין אור יו"ד פון חכמה אויך אין עקב.

מען דאַרף וויסן די שיינקייט פון אוהליך יעקב. מען דאַרף וויסן די טייערקייט פון יעדן אידן אויך פון אַ איש פשוט. די טייערקייט פון דעם דאַוונען און אַ פסוק תהלים פון אַ איש פשוט, וואָס אַז ער דאַווענט איז ער דאָך אַ לא ידע מאי קאמר און ווייס ניט דעם פשט אין דעם פסוק תהלים, אָבער דער קרעכץ, אַיי רבונו של עולם, וואָס עס קען אפילו זיין אַז דאָ איז נישט דער אָרט וואָס ס'איז צוגעפּאַסט אַ קרעכץ און עס קען גאָר זיין אַז עס איז אַ ענין וואו עס דאַרף זיין שמחה, אָבער זיין אויסגעשריי אַיי רבונו של עולם איז אַ האַרציקער. וכידוע המעשה פון בעש"ט7.

* * *

מען דאַרף מייקר זיין אַ פשוטן אידן, אַ פשוטע אידענע, אַ אידישקינד, אָבער אָפּשטעלן זיך דערביי און מסתפק זיין זיך דערמיט דאַרף מען נישט. מען דאַרף וויסן דעם משכנותיך ישראל8, אַ משכן פאַר תורה. אַ בןתורה קען דאָך אויך זיין אַז ער טוט אַ פעלער, אָבער אַ בןתורה איז דאָך אַ יודע, איז אַז ער דערזעט דעם פעלער, פאַריכט ער אים.

* * *

מען דאַרף מעורר זיין. מען דאַרף רעדן צום טאַטן, צו דער מאַמען וכו'. מען דאַרף רעדן מיט אַ קירוב, אָבער עס דאַרף אויך זיין אַ תוקף אין דעם רעדן, אַ שטעל. תפארת איז דאָך התכללות פון עניני חסד און גבורה: עס איז טאַקע גוט, אָבער עס קען זיין בעסער, און דעם בעסער דאַרף מען מאָנען מיט אַ תוקף.

מען דאַרף אויך אַמאָל אַ רייב טאָן, טאַקע ניט מיט כעס, אָבער אַ רייב טאָן עס זאָל אַראָפּ די חלודה, די זשאַווער. וואָס אַז עס גייט אַראָפּ די חלודה, זעט מען דעם פנימי, און דער פנימי פון אַ אידן איז גוט. מען דאַרף מעורר זיין אויף לערנען. אויך מחנך זיין די קינדער. מאָנען אַז מען דאַרף זיין העכער, מען דאַרף זיך ניט מסתפק זיין מיט תהלים, נאָר הערן עיןיעקב, משניות. ניט מסתפק זיין זיך מיט משניות אַליין, נאָר הערן אַ בלאַט גמרא, אַ פרק תניא אַ סעיף לקוטי תורה, אַ סיפור המעשה פון צדיקים.

מען דאַרף טאָן בהשתדלות יתרה אין דער הפצה פון ספרי לימוד און ספרי קריאה וואָס זיינען על טהרת הקדש. וואָס דאָ איז צוויי תועלת'ן: א) מען איז מכניס אור. ב) מען איז דוחה את החושך, דעם חושך פון די ספרים שלעומת זה, און דעם חושך פון עםהארצות. און אפילו מעט אור איז אויך דוחה הרבה חושך9.

* * *

די רייד וואָס מען רעדט צו יענעם, דאַרף פועל זיין אויף זיך, אַז דער מאנטאָג זאָל זיין בעסער ווי דער זונטאָג, און דער דינסטאָג בעסער ווי דער מאנטאָג.

* * *

דער אויבערשטער זאָל אייך מצליח

הערות

  1. 7. ראה הסיפור ב"התמים" ח"ב עמוד ע'. בקובץ מכתבים קובץ א' ע' 14 [אגרות-קודש ח"ג ע' תנג].
  2. 8. חילוק העבודה דיעקב וישראל מבו' בכ"מ: זח"א קעד, א. זח"ג רי, ב. לקו"ת פ' בלק ד"ה לא הביט וד"ה מי מנה. ד"ה מה טובו (בס' המאמרים אידיש, ע' 122). ועוד.
  3. 9. [ראה תניא פי"ב (יז, א).

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.