236

עס איז זיכער אַז בשום ענין ואופן האָט הרג"ד אין שכל ניט געמאַכט קיין וועזן פון דער מעשהשטות פון אַ דאָרפסמענטש אַ שוטה, נאָר דאָס זיינען די דרכי עבודה וואָס רבינו הבעש"ט האָט מחדש געווען, אַז אַ פשוט'ער דאָרפס מענטש איז אויך אַ שליח פון השגחה פרטית.

יז. אַה, די אלטע חסידים וועלכע זיינען אויפגעהאָדעוועט געוואָרען אויף די דרכי החסידות פון די וואָס האָבען געהאַט מסירות נפש אויף אַ חסידישער תנועה, זיינען גאָר אַנדערש.

היינט — געלויבט השי"ת — זיינען אויך פאַראַן חסידישע מחונכים וואָס אין כמה ענינים זיינען זיי בעלי מסירות נפש און ליידען פאַרשידענע עניני מצור ומצוק איבער אַ גאַנצער — ניט קיין גערירטער — באָרד, גייען אין ליינגערע מלבושים און טראָגען דעם ארבע כנפות בגלוי, אַ יאַרמולקע אונטערן העט וכדומה, נאָר מען איז פאַרהאַוועט.

(עד כאן ניתן להעתיק).

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.