235

המשפיע הר' מיכאל ציט זיך צום אמת, זיין השכלה און אופני הביאורים והסברים זיינען ניט אַזוי מבהיל'דיק, נאָר זיינע געגועים און ציען זיך צום אמת מאַכן אַ שטאַרקן רושם אויף די תלמידים.

אויף דעם האָט כ"ק אאמו"ר הרה"ק געענטפערט:

דער אמת ציט זיך צו אים, ווייל אמת ציט זיך נאָר צו דעם וואָס איז אַ כלי צום אמת, כידוע בענין מעלת הכלים דתיקון אַז ניט נאָר וואָס זיי זיינען מכיל דעם אור נאָר זיי זיינען אויך ממשיך דעם אור38. ר' מיכאל ווען ער איז נאָך געווען אַ יונגערמאַן אַ מוליער — עושה תנורים39 — האָט ער שוין געהאַט אַ חוש אין אמת.

טו. החסיד ר' גרשוןדוב מפּאַהאַר איז געווען אַ מחונך פון זיינעם אַ פעטער40 דעם אַלטן רבינס אַ חסיד41, און בנערותו האָט ער געהערט סיפורים און תורהווערטער פון זקני החסידים וואָס האָבן נאָך געדענקט די זמנים פון אַלטן רבין און פלעגען איבערדערציילן געוויסע תורהווערטער און סיפורים וואָס זיי האָבען געהערט פון חסידים הראשונים, תלמידי החדרים, וואָס רבינו הזקן האָט מסדר געווען בתחלת התיסדות שיטת חב"ד42, און מהם זיינען געווען וואָס האָבן נאָך געקענט את כ"ק אביו וכ"ק דודו הריי"צ החסידים הנסתרים, תלמידי מורנו הבעש"ט43.

טז. הרג"ד איז איינמאָל געקומען אין ליובאַוויטש און האָט געוואַרט אין פאָדערצימער פון דעם יחידותחדר של הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אויף אַריינצוגיין אויף יחידות. דערווייל האָט ער זיך אַוועקגעשטעלט לעבן דעם אָרט וואו מען פלעגט אויפהיינגען די אויבערשטע קליידער און האָט זיך פאַרטראַכט. מענדל דער משרת44, ניט וויסענדיק ווער דאָס איז און זעהענדיק אַז ער שטייט לעבן די קליידער האָט חושד געווען אַז ער וויל עפּעס צונעמען, האָט ער גענומען רג"ד'ן און האָט עם צוגעפירט צו דער אַרויסגאַנגטיר.

הרג"ד בכה ואמר — על יסוד המובן ומבואר בענין השגחה פרטית אַז יעדער זאַך איז אַ הוראה מלמעלה — פון דעם רבינס פאָדערצימער טרייבט מען מיך אַרויס.

די גאַנצע פּאַסירונג איז דאָך מער ניט ווי אַ נאַרישער טעות פון אַ דאָרפסמענטש. מענדל דער משרת האָט זיך געהאָדעוועט באַ זיין טאַטען דובער דער ישוב'ניק45 אין אַ ישוב לעבן חאלאפעניטש — פלך מינסק —, אַ ערליכער מענטש אָבער גאָר אַ קליינער ברדעת.

הרג"ד, לבד זאת שהי' ברדעת גדול בידיעת התורה בנגלה ובחסידות איז ער אויך געווען אַ חכם אין געוועהנליכן לעבן.

הערות

  1. 38. ראה סה"מ תרמ"ז ע' קמד ואילך. ובכ"מ.
  2. 39. ראה גם ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 101.
  3. 40. החסיד ר' עזריאל יעקב המלמד ("התמים" שבהערה הבאה)].
  4. 41. ראה בארוכה במכתב "אבות החסידות" ("התמים" ח"ה ע' ל"ט ואילך).
  5. 42. זע ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 22 [וראה לקמן ע' 250. ע' 256. ע' 263. ע' 362. ע' 400. ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 21. וש"נ.
  6. 43. ראה שיחת פורים תש"ו (לעיל ע' 22)].
  7. 44. זע שיחת יב תמוז תש"ז אות טו [לעיל ע' 142. רשימת היומן של רבינו מיום א', כ' אייר תרנ"ו. נדפס בקונטרס] שיחת ל"ג בעומר תש"ח ע' 34 [לקמן ע' 424].
  8. 45. [ראה אודותו לעיל שם (ס"ע 141 ואילך). וש"נ].

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.