ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתש"ו-ה'שי"תספר השיחות - תש"חבסעודת ליל הראשון דחג השבועות, תש"ח234

234

געענטפערט על עניני הפרטי האָט ער געזאָגט:

דער ערשטער טאָג פון ימי הגבלה, פאַר קבלת התורה זיינען ימי הגבלה. די ימי הגבלה זיינען אויך ספירהטעג אַזוי ווי אַלע ספירהטעג, אָבער די דריי טעג זיינען הגבלהטעג, עס זיינען די טעג פון התכללות הגבלה און קדושה. אין עולם איז הגבלה יש, און יש פון עולם איז מציאות וואָס מציאות איז ענינו — פירוד, ווי דער ענין פון נפשות וואָס שטייט באַ עשו'ן30 לשון רבים31. אָבער יעקב איז קדושה יחוד והתכללות אַז שבעים זיינען אחד, שבעים נפש32. ווייל די הגבלה פון קדושה קומט פון אחדות אמיתית.

יב. דעם ערשטען טאָג פון די ימיהגבלה אין שנת תר"מ — האָט הוד כ"ק אאמו"ר ווייטער געזאָגט — בין איך געווען אויף יחידות באַ הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק. נאָך זיין ענטפער אויף מיין יחידות הפרטית האָט מיך הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק מכבד געווען מיט אַ ענין פנימי וואָס ער האָט געהערט פון זיידן — הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק — אַז הוד כ"ק רבינו הזקן האָט געזאָגט בסעודת לילה הראשון דחה"ש תקנ"ז:

יג. שבועות איז דער זמן פון מתןתורה און דער זמן פון קבלת התורה. מתןתורה איז דורך הכנה פון ספירת העומר, וואָס מצותה איז למימני יומי ולמימני שבועי33. דער פירוש פנימי פון דעם איז אַז ספירת העומר איז מצותה קלאָר צו מאַכן דעם ענין פון ירידת הנשמה, וואָס משביעין אותו תהי צדיק34, און דער פירוש שובע איז וואָס מען גיט מלמעלה יעדן איינעם כחות אויף תיקון המדות35, וואָס דאָס איז ספירת העומר און דורך דעם — ניט דורך מוחין — קומט מען צו גילוי העצמות אין מ"ת.

די דאָזיקע תורה האָב איך זוכה געווען צו הערן אייניגע מאָל מהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, מיט פערשידענע דערקלערונגען. אָבער אויף דער עלטער דערהערט מען דעם געשמאַק פון אַ וואָרט וואָס מען האָט געהערט אין דער יוגנט.

יד. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיך מזכה געווען, אין דער עיר הבירה דחסידות חב"ד ליובאַוויטש, מיט דעם תואר מנהל פועל דישיבת תומכי-תמימים36, און אין געוויסע זמנים האָב איך בעדאַרפט מאַכן הרצאות בכתב און אויך בעל פה וועגן די מהלכי עניני הישיבה און הנהגת התלמידים וסדרי הלימוד בנגלה ובחסידות.

אין איינע פון מיינע הרצאות איז געווען די רייד וועגען המשפיע החסיד ר' מיכאל נ"ע בלינער37. איך האָב באַשריבן זיין אופן השפעה אין לימוד החסידות און התעוררות בדרכי עבודה און איך האָב מוסיף געווען בעל פה:

הערות

  1. 30. וישלח לו, ו.
  2. 31. ראה ויק"ר פ"ד, ו. פרש"י ויגש מו, כו.
  3. 32. שמות א, ה. ראה סידור עם דא"ח רסב, ב. מאמרי אדה"ז פרשיות ח"ב ע' תרעה. מאמרי אדמו"ר האמצעי דברים ח"ד ע' א'שיא.
  4. 33. מנחות סו, א.
  5. 34. נדה ל, ב. תניא פ"א.
  6. 35. ראה סה"מ תרח"ץ ס"ע רלה ואילך.
  7. 36. ראה ספר השיחות תורת שלום ע' 73. אגרות-קודש ח"א ע' קסא. ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 5. ע' 76. תש"ב ע' 137136. לעיל ע' 116. לקמן ע' 330. ע' 397 הערה 30. וראה גם ספר השיחות תשמ"ט ח"ב ע' 701].
  8. 37. ראה אודותו בהערות לתורת שלום ספר השיחות ע' 322 [ובהוצאת תשי"ז ואילך — ע' 4039. וראה לעיל ע' 116.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.