231

דערציילט בשם חותנו זקנו הר"ז, האָט כ"ק אאמו"ר הרה"ק משבח געווען, און על פי בקשתו9 האָט כבוד אמי זקנתי הרבנית מרת רבקה מיר דערציילט כמה וכמה סיפורים און אין משך פון כ"ה שנה האָב איך געהערט אַ מספר עצום סיפורים וואָס אַ טייל פון זיי — וואָס איז מיר דערלויבט מגלה צו זיין בדיבור או בכתב — האָב איך במשך פון די 27 יאָר מגלה געווען באַ פאַרשידענע מסיבות. און דער טייל וואָס לא ניתן לגלות איז שמור אצלי כיום שמעתיו, כברכת הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק.

נאָך אָט דער הקדמה כללית גיב איך איבער צוויי סיפורים וואָס איך האָב געהערט מכבוד אמי זקנתי הרבנית הצדקנית מרת רבקה נ"ע.

ד. אין די קינדערוואַלגעריאָרן האָב איך געהערט בשם החסיד הגאון הצדיק ר' הלל נ"ע (מפּאַריטש) אַז די ד' דברי' וואָס אַ חסידישער מחונך איז מקבל פון זיין חסידישן פאָטער אָדער מלמד — א) אַ תורהוואָרט אָדער אַ סיפור וואָס מען האָט געהערט פון אַ רבין. ב) אַ ניגון וואָס מען האָט געהערט בשם פון אַ רבין. ג) איבער ריידן דאָס וואָס מען האָט געזעהן און געהערט. ד) אַ תורה אָדער הנהגה אָדער אַ תנועה פון אַ עלטערן חסיד — איז אָט די ד' דברים זיינען די ד' דפנות פון דער חסידישער סוכה.

נאָך די הקדמות און הצעות ואזהרות, זאָלט איר און די אַלע וואָס ווילן זוכה זיין בחסדי השי"ת ובזכות הוד כ"ק אבותינו רבותינו הקדושים דערהערן אין אַ פנימיות, אַז עס זאָל באַלייכטען אייערע הייזער און בני בית מיט דער אמת'ר תורהועבודה — ליכטיקייט מתוך פרנסה טובה בהרחבה ודורות ישרים יתברכו בגשמיות וברוחניות.

ה. סיפור ראשון:

דער שווער10 האָט געזאָגט דיין זיידן11 אַז דער אַלטער רבי האָט אים געזאָגט ערב ראש השנה תקנ"ט12 אַז די מנהגים וואָס מורנו הבעש"ט האָט זיך נוהג געווען זיינען הלכה למשה מסיני.

ווען משה רבינו איז געגאַנגען מיט די לוחות איז ער געגאַנגען דורך די ד' עולמות אצילות בריאה יצירה עשי' הרוחנית און זיי געבראַכט אין עולם התחתון, איז די ספירות און מלאכים וואָס בכל עולם ועולם האָבן געשענקט מתנות צו משה רבינו מדות און מנהגים כלליים ופרטיים.

געוויסע מנהגים האָט מורנו הבעש"ט קובע געווען באַ אידן, און ער האָט געהאַט מסירות נפש אַז די מנהגים וואָס זיינען שייך לכלל ישראל זאָלן זיך איינפלאַנצען אין אַלע חסידישע הייזער לדורותיהם און מיט די מנהגים זאָלן אידן מקבל זיין משיח צדקנו.

ו. סיפור שני:

די שוויגער13 האָט דערציילט14 אַז

הערות

  1. 9. זע אויך קובץ "התמים" חוברת ח' ע' ח [וראה גם ספר השיחות קיץ הש"ת ע' 170 ואילך].
  2. 10. הוד כ"ק הרה"ק צמח צדק.
  3. 11. הוד כ"ק הרה"ק מוהר"ש.
  4. 12. הוד כ"ק אאזמו"ר מוהר"ש סיפר להוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אשר הוד כ"ק רבינו הזקן הי' מברך את נכדו הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק בער"ה שתי פעמים: א) קודם סליחות בבואו מבית הטבילה בברכת יום הולדתו, ב) אחרי תפלת מנחה ברכת השנה (רשימת כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א).
  5. 13. הרבנית מרת חי' מוסיא בת הוד כ"ק אדמו"ר האמצעי וזוגתו הרבנית שיינא [ראה אודותה לעיל ע' 14].
  6. 14. בכל ש"ק ויו"ט היו באים אלי' בני' האדמורי"ם: א) הרב"ש, כ"ק אדמו"ר ר' ברוך שלום. ב) מהרי"ל, כ"ק אדמו"ר ר' יהודה ליב. ג) כ"ק אדמו"ר ר' חיים שניאור זלמן. ד) כ"ק אדמו"ר ר' ישראל נח. ה) כ"ק אדמו"ר ר' יוסף יצחק. ו) כ"ק הרה"ח ר' יעקב. ז) כ"ק אדמו"ר ר' שמואל. בנותי': א) ראדע פריידא. ב) דבורה לאה. (רשימת כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א).

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.