230

נאָך זוכה געווען צו קענען פלעגען דערציילען וואָס זיי האָבען געהערט בילדותם פון די זקני חסידים הראשונים תלמידי אדמו"ר הזקן, אַז דער עיקר מהות פון חסיד איז התקשרות, צוגעבונדענקייט און איבערגעגעבענקייט בכל מהות כחות נפשו צום רבין.

איך האָב אייך שוין אייניגע מאָל דערציילט3 אַז נאָך גאָר אין מיינע יונגע קינדעריאָרן האָט מיך כ"ק אאמו"ר הרה"ק זצוקללה"ה נבג"ם זי"ע געפרעגט וואָס געדענקסטו פון דעם וואָס דו האָסט געזעהען און געהערט.

אַז איך האָב מצייר געווען וואָס איך האָב געזעהען, דעם ציור פון די מסבות ווי מען איז געזעסען, שבת אָדער יוםטוב אָדער אין אַ חסידישן יומא דפגרא, האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק מיך מקרב געווען בחסדו הגדול און מיר דערקלערט אַזוי אַז איך זאָל קענען תופס זיין לויט מיין קינדערשן פאַרשטאַנד, און האָט מיך שטאַרק מזהיר געווען איך זאָל אָפטער איבערטראַכטען בכדי איך זאָל געדענקען וואָס איך האָב געזעהען בכדי אַז איך וועל עלטער ווערען זאָל איך קענען פאַרשטיין וואָס איך האָב געזעהען און געהערט.

ב. דער סדר הקבלה פון די סיפורי קדש פון הוד כ"ק אבותינו רבותינו הקדושים זצוקללה"ה נבג"ם זי"ע איז וואָס זיי האָבן מקבל געווען פון הוד כ"ק רבנו הזקן וואָס האָט מקבל געווען מרבו הוד כ"ק המגיד ממעזריטש און כ"ק חברי' הצדיקים ר' אברהם הקדוש, ר' פנחס מקאָרעץ4, ר' מיכל מזלאָטשוב4, רמ"מ מהאָראָדאָק, ר' יששכר בער מליובאַוויטש5 ור' יחיאל חתנו של מורנו הבעש"ט נ"ע6.

אַ ריבוי עצום סיפורים האָבען זקני החסידים הראשונים דערציילט וואָס זיי האָבען מקבל געווען פון הצדיק נסתר הר' ברוך וגיסו הצדיק הגאון ר' יוסף יצחק וועלכע זיינען געווען תלמידי הבעש"ט7 — וואָס דאָס איז אַ יסוד מוסד אין דרכי החסידות, וואָס האָט אַוועקגעשטעלט עדת החסידים אויף אַ מעמד ומצב של חסידיות לדורותיהם.

ג. שבועות תר"ן, בשעת'ן קידוש באַ כבוד א"ז הרבנית מרת רבקה נ"ע האָט החסיד ר' אבא פערסאָן נ"ע8 דערציילט בשם זיין עלטער שווער הרה"ח ר' זאב ווילענקער נ"ע שהי' בעל עסק גדול — במסחר פאדראדן — אשר לרגלי עסקיו פלעגט ער קומען אין פאַרשידענע ערטער במרחבי מדינת רוסיא וואו עס זיינען געווען מנגדי החסידות והחסידים.

באַ אַ געוויסער מסיבה האָט ער געזאָגט אַז דער רוקןביין פון חסידים איז דער געפיהל און יוקר אין אַ חסידישן סיפור, אין אַ חסידישן ניגון און אין אַ פאַרמאַכטאויגנ'דיקען דביקותטאַנץ.

דער סיפור, וואָס החסיד ר' אבא האָט

הערות

  1. 3. [ראה שיחת ליל אחש"פ תש"ו (לעיל ע' 41). וש"נ.
  2. 4. ראה אודותו לעיל ע' 198.
  3. 5. הרה"צ ר' יששכר דובער מקאַבילניק. — ראה אודותו ספר הזכרונות חלק א פרק ז ואילך. ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 173. שיחת חג הפסח תרצ"ד ס"ג. לקמן ע' 414.
  4. 6. ראה גם שיחות שנה זו: ב' ניסן; יום ב' דחה"פ; י"ב תמוז (לעיל ע' 198. ס"ע 207 ואילך. לקמן ע' 244).
  5. 7. ראה גם שיחת פורים תש"ו (לעיל ע' 22 ואילך). וש"נ.
  6. 8. ראה אודותו — וכן ע"ד ר"ז ווילענקער הנזכר בסמוך — לעיל ע' 207. וש"נ].

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.