229

בסעודת ליל הראשון דחג השבועות, תש"ח1

א. מען האָט אַמאָל באריכות מבאר געווען אַז די לבושי הנפש מחשבה ודיבור זיינען ניט נתפס אין די גדרים פון עבר הוה ועתיד, עס איז אָבער פונדעסטוועגן פאַראַן אַ אונטערשייד צווישן עבר והוה און עתיד, אַז עבר און הוה זיינען אַ כך הוה אין אַ ציור מוגבלגעשטאַלט, אַזוי איז דאָס געווען און אַזוי איז דאָס, אָבער עתיד איז נאָר אַ השערה פון אַ חיוב שכלי, וואָס דער שכל איז מחייב אַז לויט דעם עבר און הוה בעדאַרף זיין אַזאַ עתיד.

דער צד השוה, וואָס עס איז גלייך אין די לבושי הנפש מחשבה דיבור ומעשה איז, אַז די איבערלעבונג פון עבר והוה און די פאָרשטעלונג פון עתיד ווערן באַאַיינפלוסט פון מקום וזמן — צייט און אָרט.

אָבער דאָך איז דער זכרון בכלל און דער עיון אין דער פאָרשטעלונג בפרט, טרייסלען אָפּ דעם אבק — שטויב — פון דעם זמן ההוה, ביז דער וואָס האָט אַ חוש טוב אין ציור — כמעשה הידוע2 — לעבט איבער די זאַך ווי ער האָט זי געפילט אין עבר מיט אַלע פרטים.

און דאָס איז איינע פון די הויפּטזאַכען אין דרכי החסידים פון קדמונים אַז מען זאָגט נאָך אַ תורה פון רבין.

די זקני החסידים וועלכע איך האָב

הערות

  1. 1. נדפס עם מ"מ והערות מכ"ק אדמו"ר נשיא דורנו בסה"מ תש"ט ע' 170 ואילך.
  2. 2. זע שיחת חה"ש תרצ"ד [סעיף ט ואילך] (ליקוט ז).

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.