228

טובה טאָן אַ אידן, זיין אַ משכיל, אַ חכם, אָבער ניט אויף טאָן אין עבודה18.

ער זאָגט דעם מענטשן: דו ביזט אַ שקרן, דו האַלסט דאָך ניט דערביי ווי קומסט דו שוין צו עבודת התפלה, דאָס איז שקר. וואָס צייטנווייז איז דאָס טאַקע אמת, אַ ווייטערדיקער אמת; אָבער מען דאַרף אים ענטפערן: מום שבך אל תאמר.

חסידים בכלל, תמימים בפרט און עובדים ביחוד; דאַרפן טאָן אין עבודת התפלה.

ריידען רעדט מען גאָר אַ סך, זאָל חאָטש זיין עפּעס אַ פועל.

ט. ווען איך האָב זוכה געווען צו זיין אין אה"ק תובב"א19 און צו זיין — אויף דעם ארץ ישראל חסידישאידישן אויסשפּראַך — באַ דעם רשב"י און די בעלי אידרא קדישא20, האָב איך געהערט ווי מען זאָגט:

מירון איז אַ פרייליכער אהל21. ווען מען קומט קיין מירון ווערט מען באַ זיך שטאַרקער.

דאָרט האָב איך געהערט אַזאַ אויסשפּראַך:

רשב"י איז אַ פרייליכער רבי ער האָט גענומען22 אַלץ וואָס אידן פאַרפעלן — ח"ו — אין קיום התורה ומצות, אויף זיך23.

עס שטייט24 שמחנו כימות עניתנו, מיר האָבן שוין גענוג טועם געווען דעם טעם מרירות. מען האָט שוין אַמאָל געזאָגט אַז עס איז שוין דאָ אַ לאַנגער צעטיל פון כימות עניתנו, זאָל שוין זיין די התגלות.

עס ווערט שוין אַלץ נעהענטער, נאָר גייענדיק אויפן וועג פאַרשמירט מען זיך מיט נאַרישקייטן. דערפאַר דאַרף מען זיך אַרומוואַשן און אויך איבערבייטן די לבושים, אָבער מען ווערט אַלץ נעהענטער.

(אח"ז צוה לנגן "אַ פריילעכען פנימיות'דיקן ניגון").

י. ווען כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיט מיר אָנגעפאַנגען לערנען חסידות גלייך נאָך מיין בר מצוה איז דאָס געוועזן סידור און לקוטי תורה אין שיר השירים. די התחלה איז געווען דער מאמר אדם כי יקריב25. דער מאמר בריינגט אַז מען איז מדדה, מען שפּרינגט אַוועק פון דעם אָרט וואו מען איז.

איך האָב שוין אַ סך מאָל דערציילט אַז פאַר יעדן לימוד פלעגט מיר כ"ק

הערות

  1. 18. ראה שיחת יום שמח"ת תש"ז ס"ח (לעיל ע' 78).
  2. 19. ב' מנחםאב — ט"ז מנחםאב תרפ"ט. — ראה בפרטיות "מבוא" לספר השיחות תרפ"חתרצ"א ס"ע יח ואילך. וש"נ.
  3. 20. רבינו ביקר במירון ביום ב', ו' מנחםאב. — ראה "מבוא" הנ"ל ע' ל.
  4. 21. ראה ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 332: ווען איך בין געווען אין ארץ ישראל, בין איך דאן געווען אויף אַלע קברים, איז אויף רשב"י'ס קבר האָב איך זיך געפילט היימישער, ד. ה. פרייליכער].
  5. 22. זע סוכה מה, ב. ירושלמי ברכות פ"ט ה"ב. ב"ר פל"ה[, ב]. פסיקתא דר"כ פיסקא ויהי בשלח.
  6. 23. [בהנחה בלתי מוגה: ניט וואָס ער האָט געהאַלטען פון זיך, נאָר ער האָט געזען דעם גוט פון יעדן אידן, ער האָט געוואוסט ווי אַ קוועטש צו טאָן מיט'ן פינגער אַז יענער זאָל נתעורר ווערען. אַלעס בחסד וברחמים, ניט מיט קיין רוט.
  7. 24. תהלים צ, טו].
  8. 25. אין לקוטי תורה פ' ויקרא.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.