224

ל"ג בעומר תש"ח1

אבינו שבשמים, ית' ויתעלה, טיטולירט אונז אידן, עם סגולתו, מיט פאַרשידענע הויכגעשעצטע טיטולנעמען, ווייל דער דורכשניטלעכער אידישער קינד, זין און טעכטער אָן אונטערשייד, פאַרמאָגט זעלטן שיינע און איידעלע געבאָרענע אייגנשאַפטן, וואָס זיי פּראָדוצירן די איידלסטע פאַרשטאַנדן און בריינגען די שענסטע זיטן אין דעם אידישען טאָגטעגליכען לעבן.

בא אידן ווי באַ אַלע פעלקער, להבדיל, איז פאַראַן דער אונטערשייד: איינפאַכע מענטשען — אנשים פשוטים, בעלי ידיעה והשגה — תורה לערנער, און אַזעלכע וועלכע גיבען אָפּ זייער צייט, מיט דער גרעסטער אָנשטרענגונג אויף צו טאָן און אַרבעטן אין אויסאיידלען זיך, הן אין פאַרשטאַנד און הן אין מדות טובות.

ב. יעדע אידישע התועדות און מסיבה של שמחה, וואו אידען קומען זיך צונויף בכלל, און אַ חסידישער פאַרבריינגען וואו מען הערט אַ חסידישן סיפור בפרט און אַ חסידישער עבודהפאַרבריינגען בפרטי פרטיות דאַרף זיין די התחלה מיט אַ דבר מלכות2.

בא חסידים מיינט אַ דבר מלכות איבערזאָגען אַ תורהוואָרט אָדער אַ התעוררות הנהגהוואָרט פון אַ רבי'ן, אַ נשיא בישראל3 וואָס דאָס איז מעמיד — שטעלט אַוועק — סיי דעם זאָגער און סיי דעם צוהערער אין אַ התקשרותצושטאַנד, אַז מען ווערט מקושר צו דעם בעל השמועה, און דער רביבעל השמועה איז מעורר רחמים רבים אויף זיי און זייערע בני בית.

אין דעם ענין פון מלוכה איז דער עיקר די טובת המדינה, וואָס אין דעם זיינען פאַראַן צוויי ענינים: א) די עניני השמירה, הן אין לאַנד גופא און הן אויף די גרענעצען מיט פרעמדע לענדער. ב) מאַכען די לאַנד פאַר אַ ארץ ברוכה, פאַרבעסערן איר צושטאַנד און פאַרגרעסערען איר רייכטום.

דער בן המדינה וואָס זוכט נאָר צו פאַרבעסערען זיין אייגענעם מצב און פאַרגרעסערן זיין אייגענעם רייכטום און איבער דעם פאַרנאַכלעסיגט ער, אָדער שטערט די טובת המדינה, יענער איז אַ בוגד בעמו ובארצו. דער וואָס טוט דאָס

הערות

  1. 1. נדפס בלקו"ד ח"ג תקיד, א ואילך. מועתק בזה לשון ה"פתח דבר" שם (תקיג, ב): אין דער פאָרליגענדער חוברת איז געדרוקט די שיחה פון ל"ג בעומר ה'תש"ח, לויט פאַרצייכנונגען פון די הערער, וועלכע זיינען דערנאָך דורכגעזען געוואָרען פון כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א. זעלבסטפערשטענדליך, ווערען געדרוקט נאָר די ענינים תוכניים וכללים, אָבער ניט די פערבינדונגשמועסען און דבורים לפרטים, און דערפאַר זעען אויס מאַנכע סעיפים אָן אַ קישור צווישען זיך. ע"פ פקודת כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א איז דאָ צוגעגעבען געוואָרען זיינע אַ רשימה וועגען חגיגת ל"ג בעומר וכו'[ednref_26_1]. ווי אין די אַנדערע אויסגאַבען פון "אוצר החסידים" זיינען אויך דאָ צוגעגעבען געוואָרען אייניגע מראי מקומות און באַמערקונגען מהמו"ל. מנחם שניאורסאהן פסח שני ה'תש"ט. ברוקלין נ. י.
  2. 2. [ראה גם שיחת פורים שנה זו (לעיל ע' 186).
  3. 3. ראה גם שיחת י"ב תמוז שנה זו (לקמן ע' 241 ואילך). [edn_26_1] נדפס לקמן ע' 409 ואילך.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.