223

דאָך אויס זיין שליחות וואָס מען האָט אים געגעבן מלמעלה, דאָס איז דאָך זיין אומנות, נאָר דער תירוץ איז אַז ער איז חייב משום צובע, אָט דאָס וואָס ער פאַרבט צו און וויל איינרעדן דעם מענטשן, אַז מיט דעם טוט ער גאָר אַ גוטע זאַך, וואָרום דערווייל וועט ער דאָך מאַכן אַ ברכה אויף דעם דבר מאכל און ער וועט האָבן כח לתורה ועבודה, און אַזוי אויך אַז ער וועט האָבן אַ סאַך געלט וועט ער קענען טיילן צדקה, וואָס דאָס איז דאָך אַלץ צביעות, וואָס דער יצה"ר לייגט צו מצ"ע, ער פאַרבט צו און גיט עם אַריין אַ געשמאַק אין עניני תאוות עוה"ז.

אַז הוד כ"ק רבנו הזקן מיט זיין גרויסען מוח און ליכטיגע נשמה, אַ נשמה דאצילות, אַ נשמה חדשה{41}, האָט דערהערט אָט דעם וואָרט פון מגיד בשם מורו, איז ער נבהל געוואָרן, און דאַן האָט הוד כ"ק רבנו הזקן מחליט געווען צו בלייבן אין מעזריטש.

דאַמאָלסט האָט דער מעזריטשער מגיד אויסגעזאָגט דעם אַלטן רבי'ן ווער ער איז, און וואָס ער איז, הכוונה על רבנו הזקן.

ז. מען דאַרף זיין איין טפח העכער פון דער ערד27, וועט מען דאַמאָלסט דערהערען די מעלה פון חומריות, און די הפלאה פון גשמיות. אָבער דער טפח — וואָס מען דאַרף זיך אויפהויבן — דאַרף מען גוט דורכאַרבעטן, עס זאָל זיין דורך און דורך.

דער אויבערשטער זאָל העלפען, אַז עס זאָלן ניט זיין קיין מניעות ועיכובים צו זיין וואָס מען דאַרף זיין, און ניט זיין דאָס וואָס מען דאַרף ניט זיין.

ח. מצד סיבות שונות בין איך מוכרח צו רעדן בקצרה, אָבער דאָס מיינט ניט מעלים צו זיין, נאָר רעדן דעם ענין בקיצור.

אין ליובאַוויטש האָט מען גערופן די טעג בין פסח לשבועות מיט די נעמען פון די ספירות. און מען איז געווען נזהר אין די ימי הספירה צו דערמאָנען די ספירות חג"ת נהי"מ, עס זאָל ניט זיין קיין חשש צו ברכת הספירה.

מיר האָבן ב"ה זוכה געווען צו מסיים זיין היינט די פרשה ראשונה פון ספירות, די ספירת החסד, וואָס איז דער יומא דאזיל עם כולהו יומין28.

דער אויבערשטער זאָל העלפען אַז עס זאָל מאיר זיין די חסדים האמיתים, מען זאָל דערהערען די מעלת החומרי, מען זאָל משלים זיין די עבודה פון די ימי הספירות, און מען זאָל זוכה זיין צו דעם גילוי פון חג השבועות.

הערות

  1. 27. ראה שיחת ש"פ וישב, כ"ו כסלו תש"ו (לעיל ע' 22). וש"נ.
  2. 28. ראה זח"ג קג, אב. קצא, ב. וראה לקו"ת ד"ה האזינו (השלישי) פ"ו. — הלשון יומא דאזיל כו' מצאתיו בע"ח שער כה דרוש ב'. פע"ח שער חה"ס פ"א. שער מאמרי רשב"י פ' יתרו, תרומה ואמור (וממ"ש שם יש להעיר למ"ש בלקו"ת שם. עיי"ש) ועוד (הערת כ"ק אדמו"ר נשיא דורנו בסה"מ תש"ח ע' 144. וראה שם ע' 273).

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.