ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתש"ו-ה'שי"תספר השיחות - תש"חשיחות חג הפסח222

222

פונדעסטוועגען האָט ער נאָך אַלץ ניט געפונען קיין ענין חשוב צוליב וועלכען ער זאָל דאָרטען בלייבן19.

אין דעם איז אַריינגעקומען הרה"ק ר' אברהם בנו של המגיד ממעזריטש — דער מלאך, האָט הוד כ"ק רבנו הזקן געזען ווי ער ברענט ווי אַ יקוד אש, אַלץ וואָס ער טוט ברענט. איז דעם אַלטען רבי'ן בעת מעשה איינגעפאַלן במחשבתו הק' דער ענין "והסנה איננו אוכל"20, און האָט זיך מצייר געווען, ווי וואָלט געווען, ווען ער וואָלט געזען דעם סנה בוער באש וואָס מען האָט באַוויזן משה'ן און "והסנה איננו אוכל", וואָלט ער דען אַוועקגעגאַנגען? הגם איך — המשיך לחשוב הוד כ"ק רבנו הזקן — האָב שוין ב"ה דורכגעלערנט זיבען מאָל ש"ס און וואָס פאַר אַ בעטרעף האָט דאָס לגבי דעם, און דאַן האָט ער אָפּגעטראַכט, אַז ער זאָל נאָך פאַרבלייבן אין מעזריטש.

דער מעזריטשער מגיד האָט געבעטן הוד כ"ק רבנו הזקן, אַז ער זאָל לערנען מיט בנו הרה"ק ר' אברהם — דער מלאך — גמרא; ווייל דער מלאך פלעגט זאָגן אַז ער קען ניט לערנען קיין גמרא, ווייל ווי נאָר ער הויבט אָן צו לערנען און דערהערט דעם דבר ה', ווערט ער נתלהב און קען ווייטער ניט גיין, האָט הוד כ"ק רבנו הזקן געענטפערט אַז ער וועט מיט אים לערנען נאָר בתנאי אַז דער מלאך זאָל מיט אים לערנען נסתר.

בעת דער אַלטער רבי און דער מלאך האָבען געלערנט צוזאַמען, פלעגט אַריינקומען דער מעזריטשער מגיד, האָט דער אַלטער רבי דערפילט אַז מיט זיין — דעם מגיד'ס — אַריינקומען האָט ער דעם מלאך געלעשט, און אים — הוד כ"ק רבנו הזקן — געוואַרימט, און איז נתפעל געוואָרן פון דעם בלול מאש וממים21, און האָט דערהערט די כוונה פנימיות, ווי דער יש הגשמי איז אַ כלי צו דעם יש האמיתי.

א ביאור אויף דעם קען מען פאַרשטיין פון דעם משל פון אַ ליווער22, וואָס דורך אופהויבען דעם מטה הויבט מען אויף דעם מעלה23.

ו. בעת דער אַלטער רבי מיטן מלאך פלעגען לערנען צוזאַמען, פלעגט אָפט דער מגיד אַריינקומען און צוזעצען זיך צוהערען וואָס זיי פלעגן לערנען.

איינמאָל איז דער מגיד אַריינגעקומען, בעת זיי האָבען גראָד געלערנט דעם ענין אין מסכת שבת24:

שוחט משום מאי מחייב — זאָגט דאָרט תוספות25, שוחט דעלמא — רב אמר משום צובע כו'. האָט זיי דער מעזריטשער מגיד געזאָגט בשם מורו הבעש"ט26 דעם פירוש אין דעם באופן זה: שוחט דעלמא, הכוונה על מלאך המוות ויצה"ר, וואָס ער קומט צו דעם אדם אים מפתה זיין און אַריינגעבן אַ הטעמה אין תאוות עוה"ז, וואָס באמת דער אדם מצד עצמו איז גאָר ניט שייך צו זיין אַ שפל אויף נמשך ווערן נאָך די תענוגי עוה"ז. איז דאָך אין פלוג די קשיא, שוחט משום מאי מחייב, ער פירט

הערות

  1. 19. בהנחה אחרת: עס איז אים געווען קשה דער דרך פון פּראַווען טישן און אין מיטן לויפט אַריין איינער מיט אַ געוואַלד וועגען אַ מקשה לילד אָדער אַ קינד איז ניט געזונט.
  2. 20. שמות ג, ב.
  3. 21. תפלת גשם.
  4. 22. תו"א בראשית ד, א.
  5. 23. בהנחה אחרת: ווי מען האָט גערעדט פאַר די תלמידים בחוהמ"פ (לעיל ע' 210).
  6. 24. עה, סע"א.
  7. 25. ד"ה שוחט.
  8. 26. ראה כתר שם טוב סימן עח.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.