220

מעמד ומצב אין ידיעת התורה וקיום המצות און דעם מעמד ומצב וואו ער איז מיט זיין תשוקה וכוסף הלב, וואו וויל ער און וואוהין ציט איהם, און ער בענוצט זיך מיט די חסידישע עבודה עצות, גייט מען אַרויס פון די סכנה נעגל פון דעם צר ואויב היצר הרע.

ב. איינער פון די סיפורים וואָס איך האָב געהערט אין מיינע קינדער וואַלגער יאָרן

— עס זיינען געווען ענינים וועלכע איך האָב נאָך דאַמאָלסט ניט געקענט תופס זיין, נאָר בלויז דער אויער האָט געהערט, און עס זיינען געווען ענינים וועלכע איך האָב שוין דאַן פאַרשטאַנען —

איז געווען דער פאָלגענדער סיפור:

אין די סדרי ההנהגה וואָס מורינו הבעש"ט האָט מסדר געווען, בחול, שבת, ר"ח, און מועדי השנה, איז געווען אַ סדר מיוחד פאַר דער סעודת היום פון יום אחרון פון יעדען יו"ט. וואָס אין דיזער סעודה האָט מורנו הבעש"ט אַרויסגעוויזן אַ קירוב גדול צו די פשוטע אידן בעלי מלאכות — בעלי עגלות און דאָרפס הענדלער.

הוד כ"ק רבינו הזקן דערציילט לבנו הוד כ"ק אדמו"ר האמצעי און הוד כ"ק נכדו אדמו"ר הרה"ק צמח צדק:

מורי הרב ממעזריטש האָט אין די סעודת אחרון של פסח דערציילט און איבערגעגעבען דעם סדר הנהגה פון דעם ערשטען אחש"פ נאָכדעם ווי די מוטער רבקה מיט די מומע רחל5 זיינען מיט אים געווען ביי מורנו הבעש"ט6.

מורנו הבעש"ט האָט יענעם אחש"פ געפראַוועט אַ סעודה מיט זיינע תלמידים און האָט געטיילט פון זיין מצה

— דאָס מיינט פון די מצה וואָס מען האָט ספּעציעל געבאַקן פאַר אים, אָדער וואָס ער האָט אַליין געבאַקן, דאָס איז אַ באַזונדער ענין —

צו די אנשים פשוטים, און האָט דערביי געזאָגט:

היינט דאַרף מען מלאך מיכאל אַוועקשטעלן אָן אַ זייט. מלאך מיכאל הגם ער איז אַ שר של עולם, פונדעסטוועגן איז ער אַ שר של ישראל7 מער ווי אַ שר של עולם. ווען עס קומט צו אידן איז ער מלמד זכות8, אויב עס איז דאָ אַ זכות זאָגט ער; און אויב ח"ו ניט, זוכט ער אויס עפּעס אַ זכות, ער מאַכט פון יעדן ענין ביי אידן פאַר אַ זכות. אָבער אַז עס קומט צו עולם, הויבט ער אָן שטאַמלען און איז מסיח לדבר אחר. אָבער מיין רבי — איז ממשיך מורנו הבעש"ט — דער בעל ח"י9, האָט מיר געלערנט אַז דער עיקר איז ליגן אין אהבת ישראל און זעען די מעלה פון עולם.

ג. ווי נויטיג עס איז אויפהויבען זיך אַ טפח העכער פון ערד10, פון ארציות, וואָס דעמאָלט וואָלט מען געזען די גשמיות וואָס איז העכער פון די חומריות,

הערות

  1. 5. אוצ"ל: די מומע דבורה לאה בת הרבנית רחל (ראה אודותם — ספר השיחות תש"ד ע' 65. וש"נ).
  2. 6. ראה ספר השיחות תש"ה ע' 131: "מיטוואָך ח"י אלול תק"ח זיינען הרבנית רבקה און איר שוועגערין הרבנית דבורה לאה געקומען מיטן קינד [אדמו"ר הזקן] צו מורנו הבעש"ט".
  3. 7. ראה דניאל יב, א.
  4. 8. ראה פסיקתא רבתי פמ"ה, י. שמו"ר פי"ח, ה. מצו"ד דניאל שם.
  5. 9. חי' יחידה. הוא אחי' השילוני. ראה שיחת ליל א' דחג השבועות שנה זו (לקמן ע' 232) ובהערה 18.
  6. 10. ראה גם ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 13. ע' 45. ע' 69. ע' 76.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.