217

איז תמיד פאַרנומען און פאַרטיפט אין העכערע געדאַנקען האָט ער דערפיהלט, אַז ער איז אַ געטליכער מענטש, און האָט געטאָן אַלעס וואָס זאָל דעם רבי'ן גרינגער מאַכען זיין אויפענהאַלט אין קרעפאסט. דער רבי, כ"ק רבנו הזקן, האָט אים געבענטשט מיט אַ קינד, אריכות ימים און כבוד.

אין יאָהר תרל"ט ווען הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש איז געווען אין פּעטערבורג האָט זיין זון גענעראַל אַנדריי קאלמיקאָוו געבעטען ר' יצחק רובאַשאָוו און די ברידער ר' אליעזר און ר' שמואל אָרליאַנסקי, וועלכע זיינען געווען בעקאַנט מיט די העכסטע מיליטער און רעגירונגס לייט, אַז זיין פאָטער וויל זיך באַקענען מיט ראַבין שניאורסאָהן, וועלכער איז — ווי ער האָט געהערט — אַ אוהר אייניקעל פון דעם ראַבין באָרוכאָוויטש פון ליאָזנע וועלכער איז געזעסען אין קרעפאסט אונטער זיין אופזיכט.

בעת דעם בעזוך האָט דער אַלטער גענעראַל קאלמיקאָוו דערציילט צו הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש, אַז צוזעהענדיג די פיהרונג פון הוד כ"ק רבנו הזקן אין קרעפאסט האָט ער געפילט, אַז עס איז אַ בייזוויליגער אויסגעטראַכטער ליגן דאָס וואָס מען האָט וועגן אים — דעם ראַבין פון ליאָזנע — איבערגעגעבן אין די מלוכה קרייזן אַז ער זאַמלט געלט פאַר אָפּקויפן ארץ ישראל פון טערקיי און ווערן אַ קעניג4.

ווען איך — זאָגט פיאָדער קאלמיקאָוו — האָב גוט בעטראַכט דעם ראַבין, זיין אויסערליכן פּאַטראַכאַלישן אויסזען און זיין זעלטענעם חאַראַקטער און אויפפירונג, האָב איך געפילט אַז עס איז אַ נידערטרעכטיגער בלבול, און איך האָב בעשלאָסן אַז איך מוז דעם מאַן ראַטעווען און בעווייזן זיין ריינקייט.

ווען מען האָט דעם ראַבין באָרוכאָוויטש בעפרייט, האָט ער מיר געבענטשט מיט גרויס הצלחה און דעם העכסטען קייזערליכען אַמט, מיט רייכטום און אַ געזונטען קינד, און יעצט בין איך שוין אַ זיידע פון ערוואַקסענע אייניקלאַך.

איך בין זייער צופרידען — זאָגט דער אַלטער קאלמיקאָוו — צו זעהען דעם ראַבין באָרוכאָוויטש'ס אַ אוהר אייניקעל, וועלכער פאָלגט נאָך זיין פיהרונג.

דער פאָטער און זוהן פיאָדער און אַנדריי קאלמיקאָוו האָבען בעדאַנקט די ברידער אָרליאַנסקי פאַר דעם וואָס דער ראַבין באָרוכאָוויטש'ס אוהר אייניקעל ראַבין שניאורסאָהן איז באַ זיי געווען.

ב.5 הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק דערציילט, אַז הוד כ"ק רבינו הזקן האָט אַמאָל געזאָגט, אַז ליאַדי און פּאַריז שטייען אויף איין אופק. איך וואָלט נאַפּאָליאָנען דעם אפיקורוס דערשטאָכן, נאָר דער כדור הארץ איז מעכב6.

הערות

  1. 4. ראה אגרות-קודש ח"ג ע' שמ. "התמים" חוברת ה ע' ב [ריג, ב]. חוברת מגילת י"ט כסלו.
  2. 5. בהנחה אחרת: ביים זיידען — כ"ק אדמו"ר מוהר"ש — איז געווען אַ גרויסער כדורארץ (גלאָבוס); און אַ מהנדס פון פּעטערבורג האָט אָנגעצייכנט אויף איהם בדיוק דעם אָרט וואו עס ליגט ליובאַוויטש. [ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:] עס איז מעניין, צו מכוון זיין דעם מקום פון ליובאַוויטש, אויפן גלאָבוס, ביחס צו דאָ היא.
  3. 6. בהנחה אחרת: "דער אַלטער רבי האָט געזאָגט, בעת מלחמת נאַפּאָלעאָן: איך וואָלט איהם דורכגעשטאָכען — הכוונה על נאַפּאָלעאָן — נאָר דער כדור הארץ — שבנתיים — לאָזט ניט. מען האָט געזאָגט, אַז דער אופק פון ליאַדי און פּאַריז איז דער זעלבער".

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.