216

דינים ממותקים, נאָר באמת איז רחמים פשוטים העכער. דינים ממותקים מיינט, אַז הגם ער איז ניט ווערט, מ"מ איז דאָ דער מיתוק הדין; אָבער מצד רחמים פשוטים איז ער טאַקע ווערט.

איצטער דאַרף מען האָבען רחמים פשוטים. מצד רחמים פשוטים זיינען אַלע אידען ווערט, מען רעדט ניט דאָ וועגען די וועלכע זיינען שלמים בתורה ומצוות; נאָר אַלע אידען זיינען ווערט, ווייל זיי זיינען אידען.

זיי13 טוען דעם רצון של מעלה, הגם אין אַנדערע ענינים זיינען זיי חסר, אָבער אין דעם ענין וואָס זיי טוען זיינען זיי דאָך גערעכט.

מען דאַרף ניט נאָכגעבען און ניט מצדיק זיין דעם זמן. יעדער בן תורה דאַרף דאָס מרגיש זיין.

ליל שבת קודש, אחרון של פסח תש"ח בסעודה

א. דער זיידע הוד כ"ק אדמו"ר מוהר"ש איז געפאָרן אין פערשידענע עניני הכלל שליחות'ן פון הוד כ"ק אביו אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק אין פּעטערבורג1 און פלעגט זיך דאָרטן טרעפן מיט די עסקני הכלל וועלכע פלעגן אים פאָרשטעלן און בעקאַנט מאַכן מיט פאַרשידענע רעגירונגס מענטשן. אַזוי איז אויך געווען ווען ער איז געוואָרן נשיא.

אין פערשידענע זמנים אין מיינע זכרונות זיינען דערמאָנט די ברידער, הזקן המופלג ר' יצחק2 און זיין ברודער החסיד ר' שמואל רובאַשאָוו3. אויך די ברידער ר' אליעזר און ר' שמואל אָרליאַנסקי וועלכע זיינען געווען געשעפטליך פאַרבונדען מיט די גרעסטע קייזערליכע אדעל לייט.

אין איינע פון די צייטן וואָס הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש איז געווען אין פּעטערבורג, האָבען זיי אים בעקאַנט געמאַכט מיט אַ געוויסען שר, אַ זקן מופלג וואָס האָט געטראָגען דעם העכסטען טיטל פון דעם מלוכה'שען אדעל ראַט: פיאָדער סטעפאנאוויטש קאלמיקאָוו.

פיאָדער קאלמיקאָוו איז געווען אַ שטאַבס גענעראַל אַ ליבלינג פון קיסר פאוועל, וועלכער האָט קאלמיקאָוו'ן געמאַכט פאַר דעם הויפּט אויפפּאַסער אויף דער קרעפאסט (מבצר) וואו מורדים במלכות ווערען דאָרט אויפגעהאַלטען, און וואַרטען אויף זייער דין ומשפט; און וואו מען האָט אויך אַרעסטירט הוד כ"ק רבינו הזקן.

גענעראל קאלמיקאָוו האָט זיך שטאַרק פאַראינטערעסירט מיט דעם ערשט געבראַכטן אסיר, כ"ק רבינו הזקן און האָט אים כסדר געהיט צו זען וואָס ער טוט און ווי ער פירט זיך אויף. זעענדיג אַז דער רבי, כ"ק רבינו הזקן,

הערות

  1. 13. כנראה הכוונה לאלו שמוסרים נפשם עבור אחב"י בארה"ק ת"ו. — ראה גם שיחת יום ב' דר"ה שנה זו (לעיל ע' 162).
  2. 1. ראה ספר התולדות אדמו"ר מהר"ש (קה"ת, תש"ז. תשנ"ז) ע' 13.
  3. 2. מפעטערבורג. — ראה אגרות-קודש ח"ב ע' קו (ושם, אשר בשנת תרע"ח הי' כבן תשעים ויותר). ח"ג ע' שמז. ח"ד ע' קמזקמח. ספר התולדות אדמו"ר מהר"ש שם.
  4. 3. ברשימת היומן של רבינו מיום ב', כ' טבת תרנ"ו ("התמים" חוברת ח ע' ו [שעט, ב]) נזכר ר' צבי הירש רובאשאוו מפעטערבורג.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.