215
געזאָגט: דער זיידע — כ"ק רבינו הזקן — האָט מנצח געווען, ער האָט פשוט גע'פסק'נט אַ הלכה עפ"י תורה: דו — הקב"ה — ביזט דאָך למעלה מן הזמן; אָבער ביי נשמות מאָנסטו דאָך אין זמן, תורה ומצות, איז במילא דאַרף מען דאָך אידן אויך געבן אין זמן. עס שטייט ברגע קטן עזבתיך7, עס איז טאַקע מער ניט ווי אַ רגע, אָבער למטה נעמט דאָס אַ ריבוי זמן.
ה. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט אַמאָל אַרומגערעדט דעם הפרש פון שש"פ און חג השבועות: שבועות איז נפתחו השמים ואראה מראות אלקים8, מען זעט אלקות אין אַ ראי' חושיית ווי מען זעט אַ דבר גשמי וואָס דעמאָלסט דערהערט מען דעם יוקר פון עולם ווי ער איז אַ חומר אמיתי צו עצמות א"ס; און די הכנה צו דעם איז שביעי של פסח.
אַה! וואָס פאַר אַ געשמאַקע וועלט מען האָט אונז געגעבן.
דאָס דאַרפן וויסן די תמימים אין אַלע מדינות.
ו. שש"פ תרנ"ד, האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געבעטן את מורי החסיד הרשב"ץ9, אַז ער זאָל עפּעס דערציילן פון דעם זמן וואָס ער — הרשב"ץ — איז געקומען אין ליובאַוויטש.
מורי הרשב"ץ דערציילט וואָס ער האָט געהערט ווען ער איז נאָך געווען אַ בחור און געלערנט אין דער ישיבה אין ליובאַוויטש, בימי כ"ק אדמו"ר הצ"צ.
בעת עס האָט זיך אַמאָל צוזאַמענגעטראָפן אין ליובאַוויטש הרה"ח ר' הלל10 און הרה"ח ר' אייזיל11 ביי אַ פאַרבריינגען, האָט זיך הרה"ח ר' אייזיל זיך אויפגעשטעלט און געזאָגט: אַזוי האָט געזאָגט דער רבי כ"ק אדמו"ר הזקן: ופסח ה' על הפתח12, שביעי של פסח — דער זיבעטער טאָג פון שפּרונג.
זיינען די זקני חסידים הראשונים וואָס זיינען געווען באותו מעמד, סיי בני תורה און סיי אנשים פשוטים, אַריינגעפאַלן אין אַ התפעלות אַז מען האָט זיי געדאַרפט מינטערן.
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אויסהערנדיק דעם סיפור פון מורי הרשב"ץ, זאָגט דאַן: דער אַלטער רבי מיט זיין מסירות נפש אויף תורת הבעש"ט און חסידות חב"ד האָט זוכה געווען און מזכה געווען אַריינצוגעבן אַ חיות פנימי אין יעדען השכלה און עבודה וואָרט לדורי דורות.
ז. אין יעדער זמן איז ביי די חניכי החסידים דורך דעם איינגעפונדעוועטען חינוך שטייגער פון קינדווייז אָן, געוואָרן ביי זיי ענטוויקלט אַ שאַרפער חינוך זכרון מיט אַ בילדליכע פאַרשטעלונג פון זייערע קינדער יאָרן; זייענדיג ביי זייער אַלטן אָדער אור אַלטן חסידות'ן זיידן און באָבען וואָס דאָס גיט זיי אַ חיות פנימי לדורי דורות.
די דאָזיגע חסידישע עראינערונגען זיינען איינע פון די מעלות נפשיות אין עדת החסידים.
ח. אַמאָל איז געווען אַ שטאַרקער פאַרבריינגען. דער תוכן כללי פון פאַרבריינגען איז געווען, וואָס איז דער הפרש פון דינים ממותקים און רחמים פשוטים. אין פלוג איז דאָ אַ מעלה אין
הערות
- 7. ישעי' נד, ז.
- 8. יחזקאל א, א (הפטרה דיום א' דחג השבועות).
- 9. ראה אודותו לעיל ע' 12. וש"נ.
- 10. ראה אודותו לעיל ע' 29. וש"נ.
- 11. ראה אודותו לעיל ע' 25. וש"נ.
- 12. בא יב, כג.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.