213
איך בין שטאַרק צופרידען וואָס איר האָט זיך צוזאַמענגערעדט אַז איר זאָלט זיך צונויפקומען און דורכריידן זיך וועגן די אַלע פראַגן וואָס האָבן זיך באַ אייך אָנגעזאַמלט אין פאַרלויף פון אייער אַרבעט.
איך האָב אייך צוזאַמענגערופן אייך מעורר זיין בכללות. אין אייער כינוס וועט איר זיך צוזאַמענריידען בפרטיות, וואָס עס איז — בעזרת השי"ת — שוין אויפגעטאָן געוואָרן און וואָס עס פעלט נאָך, און געפינען דעם דרך אמיתי ווי מתקן צו זיין וואָס עס פעלט.
איר בעדאַרפט אַלע מחליט זיין אַז מען בעדאַרף זיך מזמן לזמן צוזאַמענריידען. יעדער מקום האָט דאָך זיין מעלה און זיין חסרון. דערום דאַרף איינע פון אייערע החלטות זיין אַז מען דאַרף זיך צוזאַמענריידן מזמן לזמן.
איין זאַך וויל איך אייך זאָגען אַז על פי התורה בכלל און על פי עבודת החסידות בפרט דאַרף יעדע זאַך זיין בדרכי נועם, לא ברעש כו' נאָר מיט נועם ה'23.
דער אויבערשטער ב"ה זאָל אייך העלפען, יעדערן בפרט, און מצליח זיין אין אייער עבודה כללית. די וואָס טוען זאָלן מצליח זיין אין דעם וואָס זיי טוען; און די וואָס טוען נאָך ניט, זאָל דער אויבערשטער העלפען צו נתעורר ווערען אויף צו טאָן.
יום ד', ג' דחול המועד פסח תש"ח
ע"ד שהתלמידים שי' ינאמו בימים האחרונים של החג
אין כללות הדיבורים און אין התועדות'ן, רעדט זיך, אַז די ב' אהבות, אהבת השם און אהבת התורה, איז אין אהבת ישראל. מ'דאַרף האָלט האָבען אַ אידען. און די אהבת ישראל, איז ניט דוקא צו אַ למדן, נאָר אפילו צו אַ פשוט'ן אידען, וואָס בשם ישראל יכונה1.
אַז מ'האָט אהבת ישראל, איז דאָס אַ הוראה, אַז מ'האָט אהבת השם ואהבת התורה2. און ניט נאָר אַ הוראה נאָר אַ חיזוק אין אהבת השם און אהבת התורה. עס זאָל ניט זיין קיין פאַרשלאָפענע נאָר אַ לעבעדיקע. מ'דאַרף רעדן וועגען אידישקייט און חינוך (און ניט מדגיש זיין חינוך הכשר, וואָס עס קומט אויס אַז אַנדערע זיינען טריף). ריידען וועגען אַריינבריינגען די ישיבה אין דער היים, מען דאַרף מאַכען פענסטער.
הערות
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.