211
הראשון, וועלכער איז געווען יציר כפיו של הקב"ה15 און וואָס בנשמתו זיינען כלולות און תלויות אַלע נשמות ישראל וואָס זיינען נתגלה געוואָרן אין די עשרים דורות וואָס מאדם עד אברהם אבינו, און אויך אַלע נשמות ישראל וואָס זיינען נתגלה געוואָרן זינט דעם זמן פון אברהם אבינו און וואָס וועלן נאָך נתגלה ווערן ביז משיח צדקנו בב"א.
מען האָט שוין באַ פאַרשידענע התועדות'ן4 גערעדט אַז אברהם אבינו איז געווען אַ משכיל נפלא, און צו דער השכלה פון געטליכקייט איז ער געקומען צו דער השגה'דיקער השכלה. די טיפסטע און איידלסטע השגות וואָס האָבן ניט קיין תפיסה אין שכל. דער אפיסות הישות איז מער ניט אין הרגש פון שכל עצמי, אין דעם ענין איז אברהם אבינו'ס שכל געווען פאַרטיפט צו פאַרשטיין דעם געטליכן ב"ה מיין און תכלית הבריאה פון דער ערדישער וועלט.
אברהם אבינו איז געווען שטאַרק פאַרוואונדערט אויף דער געטליכער כוונה אין דער באַשאַפונג פון דער חומריות'דיקער וועלט, ביז ער איז געקומען — בשכלו הבהיר — אויף דעם אמיתית כוונת הבורא ב"ה אין דעם עולם החומרי, אַז ווען מען איז מעלה דעם חומר פועל'ט מען אַ עלי' אין אַלע עולמות.
אין מיינער אַ רשימה — תמוז תרנה — איז פאַרצייכנט בארוכה דאָס וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיר מבאר געווען דעם משל16 פון שני בני אדם אחד עומד בהר ואחד בבקעה איז התחברותם קען זיין בשני אופנים, אָדער דער עליון זאָל אַראָפּנידערן צו דעם וואָס איז עומד למטה אָדער דער תחתון זאָל עולה זיין צום עליון.
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיר מבאר געווען — בשעת אַ שפּאַציר בנאות דשא באליווקא17 — דעם משל בארוכה, אין די חלוקי מדריגות פון דעם ירידת העליון אל התחתון און עליית התחתון אל העליון, זאָגענדיק אַז ביידע מוזן זיין גרויסע בעלי ידיעה ושכל און דערצו גרויסע בעלי כח, נאָר עס איז אַ חילוק אין וואָס דער שכל וכח זיינען אַריינגעטאָן, צי אין עלי' צי אין ירידה.
און מיט אַ בעזונדער עבודה געשמאַק האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק מבאר געווען די חילוקים בהנוגע לאופני העבודה אין הטבת המדות וואָס דאָס איז דער תכלית הכוונה פון לימוד וידיעה אין עבודת החסידות.
אין אַ יחידות פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק באַ הוד כ"ק אביו אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האָט הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מבאר געווען דעם משל פון אַ ליווער וואָס דורך אים איז מען מגביה דעם תחתית המטה עד רום המעלה18.
הערות
- 15. ראה ב"ר פכ"ד, ה. קה"ר פ"ג, יא (ב). אדר"נ ספ"א.
- 4. ראה גם סה"מ תרפ"ט ע' 98. וש"נ.
- 16. הובא בלקו"ת בהר מב, סע"ג. פ' ראה כו, א. כח, ב. דרושים לר"ה נה, סע"ג. שבת שובה סה, ד. מאמרי אדמו"ר הזקן תקס"ג ח"ב ע' תרסז. ספרי אדמו"ר האמצעי: אמרי בינה שער הק"ש פפ"ח. שערי תשובה ח"ב ק, ב. הנחות תקע"ז ס"ע רסח ואילך. אוה"ת ואתחנן ע' סה. מאמרי אדמו"ר הצ"צ תרי"ד ע' יד. סה"מ תער"בתרע"ו ע' רס ואילך. המשך תער"ב ח"ב ע' תשעו ואילך. סה"מ עטר"ת ע' רנט ואילך. תרח"ץ ע' קמט. ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 316. ד"ה והתהלכתי תשי"א (סה"מ תשי"א ע' 61. תורת מנחם התוועדויות ח"ג ע' 108 ואילך). ועוד.
- 17. ע"ד הנסיעה לנאות דשא — ראה שיחת ש"ק חוהמ"ס תש"ז (לעיל ע' 70). וש"נ.
- 18. ראה תו"א בראשית ד, א.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.