ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתש"ו-ה'שי"תספר השיחות - תש"חשיחות חג הפסח210

210

אצילות איז יש האמיתי וואָס אין עולם איז ניט מושג מהותו של היש האמיתי, און אַ דבר וואָס אַ נברא איז ניט משיג רופט ער אין. עולם הבריאה איז התחלת היש אָבער דער יש פון עולם הבריאה איז נאָר וואָס ער איז ניט קיין אין. התחלת הישות, שוין מיט אַ ציור פרטי, איז אין עולם היצירה, און יש ממש איז עולם העשי' הגשמי, וואָס דאָס איז יש הנברא9.

אברהם אבינו איז געווען אַ משכיל נפלא4 און איז צוגעקומען צו דער הכרה עצמית אַז דער עולם הגשמי, הגם ער איז דאָך דער נידעריקסטער פון אַלע עולמות וואָס לא די וואָס ער איז אַ גשמי איז ער אויך אַ חומרי ממש, איז אָבער באמת די כוונת הבורא אין דער בריאה דוקא אין דעם חומרי. און נאָך מער, ניט נאָר די כוונת הבריאה נאָר דער חומרי איז טאַקע די מעלת הבריאה וואָס דורך דעם עולם החומרי והגשמי, ווען מען פירט אַלץ על פי התורה והמצוה איז מען מעלה אַלע עולמות10.

מיטוואָך, ח"י אלול תרנ"ז, ביי דער שבע ברכות סעודה פון אונזער חתונה, האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זצוקללה"ה נבג"ם זי"ע געזאָגט11:

היינט, ביום הרביעי וואָס12 בו נתלו המאורות13 להאיר לארץ ולדרים עלי', זיינען נתמלא געוואָרן הונדערט יאָר זינט השי"ת האָט תולה געווען מאורות חב"ד14.

הוד כ"ק רבינו הזקן איז געווען אַ בן מ"ה שנה ווען ער איז נבחר ונועד געוואָרן מלמעלה צו מגלה ומפרסם זיין תורת חב"ד.

עד כאן דברי הרב, מכאן ואילך דברי ביאור והרגש — געפיהל —

תורת חסידות חב"ד האָט הוד כ"ק רבינו הזקן מייסד געווען אין יאָר תקמ"ה, ווען ער איז געוואָרן אַ בן ארבעים, און האָט געוואוסט ווער ער איז און וואָס פאַר אַ אַרבעט אין פרסום תורת זקנו מורנו הבעש"ט מען האָט אויף אים אַרויפגעלייגט און וועלכע כחות עצמיים מען האָט אים געגעבען מלמעלה אויף דורכצופירן די שליחות פון ירידת נשמתו למטה צו מגלה זיין תורה ועבודת חב"ד לדורותיו, עד ביאת גואל צדק בב"א.

התחלת ההנהגה אין עולמות — דער אויסשפּראַך "אין עולמות" מיינט אין אַלע חומריות'דיקע זאַכן — הויבט זיך אָן פון אברהם אבינו, וואָס דאָס איז דער פנימיות'דיקער טייטש פון דעם מאמר3: עד אברהם הי' העולם מתנהג באפלה, בא אברהם התחיל להאיר.

אברהם אבינו איז דער איין און צוואַנציגסטער דור פון דעם אדם

הערות

  1. 9. ביאור ד' עולמות אבי"ע באריכות — אגרות-קודש ח"ד ע' קנז ואילך.
  2. 4. ראה גם סה"מ תרפ"ט ע' 98. וש"נ.
  3. 10. בהנחה אחרת: אברהם האָט געזען עס איז דאָ אַ עולם וואָס איז אַ חומר און מען דאַרף זיך מתגבר זיין אויף דעם חומר, אברהם האָט געהאַט אַ הכרה אין דעם מעלת החומר אַז דורך דעם וואָס מען איז מעלה דעם חומר פועל'ט מען אַן עלי' אין אַלע עולמות.
  4. 11. ראה עוד שיחות מח"י אלול תרנ"ז — לעיל ע' 165. וש"נ.
  5. 12. ראה גם ספר השיחות תש"א ע' 105.
  6. 13. בראשית א, יד ואילך.
  7. 14. ראה גם מכתב י"ב תמוז תש"ח (אגרות-קודש ח"ט ע' תמו): "הנני בזה להעתיק מהיומן, ההכרזה וההודעה אשר הואיל כ"ק אאמו"ר הרה"ק להכריז ברבים, ביום הרביעי ח"י אלול תרנ"ז: השנה נתמלאו מאה שנה להוצאת ספר ה'תניא כו'".
  8. 3. ראה ב"ר פ"ב, ג. שמו"ר פט"ו, כו. וראה שיחת חה"פ תרצ"ד סכ"ח (לקו"ד ח"א קלז, ב). שיחת י"ט כסלו תרצ"ב (לקו"ד ח"ד תשנ, סע"ב ואילך). רשימה חורף ה'שי"ת (לקמן ע' 389 ואילך).

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.