ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתש"ו-ה'שי"תספר השיחות - תש"חשיחות חג הפסח209

209

יום ג', ב' דחול המועד פסח תש"ח

לקבוצת רמי"ם מערי השדה ותלמידי התמימים

די הנהגה על פי התורה הויבט זיך אָן פון אברהם אבינו. עס שטייט: אלה תולדות השמים והארץ בהבראם1, בהבראם איז אותיות אברהם, אַז בזכות אברהם אבינו נברא העולם2 און איז דער תוכן וענין פנימי פון דעם תולדות השמים והארץ בהבראם, ווייל אברהם התחיל להאיר3, דאָס מיינט צו זאָגן אַז די מעלה נפלאה פון אברהם אבינו איז מער ניט ווי דאָס וואָס ער איז אַ מכיר את בוראו.

אברהם איז אַ משכיל נפלא און איז איבערגעגעבען, בכל הפלאת מהותו ומציאותו, צו ידיעת מהות אלקות און הכרת מציאות אלקות, אָבער נאָר לעצמו בארחות חיי בעלי השכלה וואָס זיינען פאַרנומען נאָר מיט זיך, וואָס זיי זיינען טרוד למיבלע און שטייגען אין ידיעות.

אָבער אברהם התחיל להאיר, אברהם איז אַ אצילות'דיקער משכיל, אַ דעתעליון'דיקער משכיל, און דערום התחיל להאיר, צו זיין אַ מלמד, מאַכן וויסן געטליכקייט צו וועלטלעכע מענטשען. ער — אברהם — האָט מפרסם געווען געטליכקייט אפילו צו די נידעריקסטע שיכטן פון דער מענטשהייט, אַז אויך די ערביים זאָלן וויסן מציאות הבורא ב"ה לויט זייער פאַרשטאַנד4.

אברהם התחיל להאיר. דאָס איז דער תוכן הענין פון דעם בהבראם אַז אברהם האָט מכיר געווען דעם תכלית און די מעלה פנימית פון דעם בהבראם אַז די כוונה העליונה אין עבודה איז ניט נאָר אַליין צו זיין אַ בעל מדות און אַ בעל הנהגות נעימות נאָר אויך צו לערנען און דערקלערען דעם צווייטן דעם נועם פון מדות טובות.

אבותינו רבותיו הקדושים, פון הוד כ"ק רבינו הזקן לדורותיו, לערנען אונז בכל דור ודור אַז יעדער ענין, הן אין השכלה והשגה און הן אין עבודה און פועל, איז מובן ומבואר דייטליך קלאָר.

אַלע ווייסען אַז בהבראם איז בריאה יש מאין, און עס שטייט5 אל דעות הוי' — דעות לשון רבים6, עס זיינען פאַראַן צוויי דעות, דעת עליון און דעת תחתון און ביידע דעות זיינען אמת, נאָר עס איז דאָ אַ חילוק צווישן דעת עליון און דעת תחתון7.

די מדריגות אין און יש אין דעם סדר פון עולמות אבי"ע, איז עולם האצילות ווערט אָנגערופן בשם אין און עולמות בי"ע ווערן אָנגערופן בשם יש. אָבער באמת איז דאָס וואָס אצילות ווערט אָנגערופן בשם אין איז דאָס נאָר מצד דעת תחתון פון נבראים, אָבער אין דער דעה אמיתית פון אלקות איז עולם אצילות יש אמיתי8.

הערות

  1. 1. בראשית ב, ד.
  2. 2. ראה ב"ר פי"ב, ט. וראה זח"א פו, ב. ועוד.
  3. 3. ראה ב"ר פ"ב, ג. שמו"ר פט"ו, כו. וראה שיחת חה"פ תרצ"ד סכ"ח (לקו"ד ח"א קלז, ב). שיחת י"ט כסלו תרצ"ב (לקו"ד ח"ד תשנ, סע"ב ואילך). רשימה חורף ה'שי"ת (לקמן ע' 389 ואילך).
  4. 4. ראה גם סה"מ תרפ"ט ע' 98. וש"נ.
  5. 5. שמואלא ב, ג.
  6. 6. ראה תקו"ז תס"ט בתחילתו.
  7. 7. ראה תו"א בשלח סו, ב. יתרו סח, א ואילך. ובכ"מ.
  8. 8. ראה לקו"ת דרושים לשמיני עצרת פג, א. ובכ"מ.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.