207
וואָס ער האָט עם גיהערט אויף דער חתונה פון רש"ה. ר' אשר איז פון דאָרט אָפּגעפאָרען צו הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק וועלכער איז דאַן געווען אין אויסלאַנד אין באָד וועריסהאָפען אין בייערען דייטשלאַנד, איבערגעבען אַז ער האָט אויסגעפירט די שליחות; ר' אשר האָט דאַן דערציילט צו הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אַלע פרטים פון די חתונה: וועלכער מאמר מען האָט געחזר'ט, וועלכע ניגונים מען האָט געזונגען, און אויך איבערגעזונגען דעם ניגון מיט וועלכען ער האָט מיר באַגלייט אויפ'ן שיף.
האָט דאַן הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט: אָט דאָס איז אַ חסידישער מסירת נפש, אָפּלאָזען אַלע ענינים און ממלא זיין דעם ציווי פון דבר השליחות. דעמאָלסט האָט אויך הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט פאַר ר' אשר'ן אַ מאמר חסידות ביחוד20.
יא. מען האָט אַמאָל גערעדט אַז עס זיינען דאָ ד' מדריגות אין ניגונים. דער ניגון פון ר' אשר ניקאָלאַייעווער איז פון די דרגא הד'. דאָס איז ניט פון די ניגונים מיוחסים, וואָס איז מיוחס צו אַ רבי'ן, נאָר דאָס איז אַ ניגון וואָס איז בא מן החוץ, וואָס דאָס איז דער ענין פון עשי', וואָס עשי' דערלאַנגט לעילא21, העכער פון אַלע עולמות.
יום ב' דחג הפסח תש"ח בסעודה
א. החסיד ר' אבא פערסאָן נ"ע1 איז געווען אַ איידעם פון אַ אייניקל2 פון החסיד הנודע הר' זאב וואָלף נ"ע ווילענקער3 — דער ברודער פון החסיד המשכיל ר' משה נ"ע ווילענקער3 — וועמען הוד כ"ק רבינו הזקן האָט מפליא געווען זיין גרויסע מעלה אין עבודה און אין אַ התקשרות פנימי צו תורה ועבודה; באַ החסיד ר' זאב וואָלף איז אַ ליכטיגע קאָפּ און אַ וואַרעמע האַרץ, זיין עבודה איז בדרך ביטול המרכבה אל הרוכב.
הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש זאָגט צו הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק בשם אביו הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק צמח צדק:
דער זיידע הוד כ"ק רבינו הזקן, רופט את החסיד ר' משה: מיין משה, ער איז מיינער, איך בין זיינער. הרבה קבלתי מרבותי4, רבינו הבעש"ט, רבינו הרב המגיד, רבינו הר"א המלאך5, הרבה
הערות
- 20. ראה גם שיחת ליל ב' דחג הפסח תש"ז שם (לעיל ע' 107).
- 21. ראה זוהר ח"ג קח, ב. ח"א קטו, א. סה"מ תרע"ח ע' שצו ואילך.
- 1. ראה אודותו — "התמים" חוברת ו ע' ח [רעא, ב] ואילך. לעיל ע' 109. וש"נ. וראה גם לקמן ע' 230. ע' 419.
- 2. ראה "התמים" שם ע' יא [רעג, א]. רשימת היומן סיוןמנ"א תרצ"ב ("רשימות" חוברת קפ ע' 4). לקמן ע' 419.
- 3. ראה אודות ר"ז ור"מ ווילענקער — "התמים" שבהערה 1.
- 4. ראה תענית ז, א (וש"נ): "הרבה למדתי מרבותי ומחבירי יותר מרבותי, ומתלמידי יותר מכולן".
- 5. הרה"ק ר' אברהם המלאך בן הרב המגיד ממעזריטש. נסתלק בשנת תקל"ה (אגרות-קודש ח"ג ע' קסג). ובכמה מקומות איתא שנסתלק יב תשרי תקל"ז.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.