206

אבותיכם מעולם תרח אבי אברהם — האָבן אַ זוהן אַן אברהם און אַליין בלייבען אַ תרח10, דאָס קען זיין נאָר אַ וועלט'יגער טאַטע, אַ תורה טאַטע איז ניט קיין תרח.

ווען מען האָט אויף מאָרגען איבער דערציילט דעם וואָרט פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אין מנין — בהמ"ד, זיינען געווען אַזעלכע וועלכע האָבען ניט געוואָלט מקבל זיין דעם שאַרפען וואָרט. נאָכדעם, אַז מען האָט דאָס איבערגעגעבען צו הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, האָט ער געזאָגט: וואָס קען מען טאָן, פון דעם אמת קען מען ניט אַוועקגיין.

ח. הר שעיר לרשת אותו.

מען האָט שוין אַמאָל גערעדט אין דעם11, אַז לרשת אותו איז די כוונה אַז הר שעיר ירש'נט עשו'ן. — ויעקב ובניו ירדו מצרים — אויף מאַכען מצרים, וואָס מצרים איז מיצר וגבול12, ווי עס בעדאַרף צו זיין.

ט. צריך להגביה הכוס ולכסות הפת כן כתב האר"י ז"ל.

מען דאַרף פאַרשטעהן וואָס דער רבי כ"ק אדמו"ר הזקן זאָגט דאָ "כן כתב האר"י ז"ל", ער איז דאָך געווען אַליין אַ פוסק, ער האָט דאָך אויף זיך אַליין געשטעלט.

נאר דער ענין איז: כוס איז בגימטריא אלקים13; ה"כוס", איז די המשכה וואָס ווערט נמשך אין שם אלקים, אויף ממתיק זיין דעם שם אלקים. ולכסות הפת, מיינט, אַז מען זאָל ניט זעהן די חומריות שבהגשם, וועט דעמאָלסט נתגלה ווערן די מעלה פון גשמיות; וואָס דעם כח אויף מגלה זיין די מעלה פון גשם האָט געגעבען דער האר"י ז"ל. חומריות וואָס מען רעדט דאָ איז ניט מלשון חומר וצורה, נאָר מען מיינט חומריות שבגשמיות.

י. כ"ק אדמו"ר שליט"א ביקש לנגן את הניגון של החסיד ר' אשר מניקאָלאַייעוו14, וסיפר:

דער מקור פון דעם ניגון איז15, וואָס אַמאָל16 האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ג מודיע געווען להחסיד ר' אשר מניקאָלאַייעוו, אַז ער זאָל מיר בעגלייטען אויף מיין נסיעה צו די חתונה פון מחו' ר' שלמה שי' האָרינשטיין17. נאָך דער חתונה בין איך געפאָרען לחותני — כ"ק הרה"ח מוהר"א18 — אין קעשענוב19. איך האָב זיך דאַן אויפגעזעצט אין די שטאָט קאַמינקא אויף די שיף — וואָס האָט געהערט צו החסיד ר' משה ליב שוואלבין פון ניקאָלאַייעוו — און החסיד ר' אשר האָט מיר בעגלייט ביז'ן שיף. האָט ער דאַן געזונגען אָט דעם ניגון

הערות

  1. 10. ראה גם שיחת ליל ש"ק שובה תש"ז בסופו (לעיל ע' 61).
  2. 11. ראה שיחת ליל ב' דחה"פ תש"ז סי"ט (לעיל ע' 106). וש"נ.
  3. 12. ראה תורה אור שמות מט, סע"ד ואילך. וארא נז, ב ואילך. יתרו עא, גד. ובכ"מ.
  4. 13. ראה גם ספר השיחות תש"ד ע' 80.
  5. 14. ראה אודותו לעיל ע' 34.
  6. 15. ראה (בשינויים) שיחת ליל ב' דחג הפסח תש"ו. תש"ז (לעיל ע' 34. ע' 106).
  7. 16. אגרות-קודש אדמו"ר מהורש"ב ח"ג ע' רסט. וראה שם ע' רפ.
  8. 17. עם מרת דבורה לאה בת הרבנית שיינא ברכה דוליצקא בת אדמו"ר ר' יוסף יצחק בן אדמו"ר הצ"צ. החתונה התקיימה י"ג סיון תרס"א (ראה אגרות-קודש אדמו"ר מהורש"ב ח"ג ע' רנז).
  9. 18. ראה אודותו לעיל ע' 82.
  10. 19. ראה אגרות-קודש אדמו"ר מהורש"ב שם ע' רנז.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.