203
געוויסען רוח טהרה און אור בהיר ומבהיק לדורי דורות.
י. החסיד רמ"ד שי' סיפר אודות סגנון הלשון שאמר פעם הוד כ"ק אדמו"ר הרש"ב נ"ע באחד המאמרים "כי עיקר ענין התפלה הוא בהתלהבות לבו והסתלקות נפשו להכלל ולהדבק באין סוף". וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א: הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אמר13 שבלשון הזה שמע מאביו הוד כ"ק אדמו"ר מהר"ש ששמע מאביו הוד כ"ק הצ"צ, ששמע מזקנו הוד כ"ק רבנו הזקן ששמע מהמגיד ממעזריטש ששמע מהבעש"ט שקיבל בהיכל המשיח.
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דערציילט, אַז דער מאמר איז איינער פון די מאמרים וואָס דער מיטעלער רבי, הוד כ"ק אדמו"ר האמצעי, מיט הוד כ"ק אדמו"ר הצ"צ האָבן געהערט צוזאַמען פון הוד כ"ק רבנו הזקן.
יא. עס איז אין פערשידענע זמני התועדות אַרומגערעדט געוואָרן באריכות ההסבר דער אונטערשייד פון דער הנהגה אין דער עבודה פון די צדיקים הנסתרים, וואָס זיינען געווען קודם התגלות מורנו הבעש"ט, און דער דרך און סדר הנהגת הצדיקים פון די תלמידי מורנו הבעש"ט און די חסידי מורנו הבעש"ט, די בעלי עסקים און דאָרפס גייער און אנשים פשוטים.
די עבודת הצדיקים הנסתרים פאַרן הבעש"ט, איז געווען בעיקר צו זען אין יעדער ענין פון תורה תפלה און קיום המצות, דעם חסרון עצמו, דעם אייגענעם חסרון, מוסר'ן זיך אַליין14, מבזה זיין זיך מיט די נידעריגסטע שאַנד נעמען, ווי רשע אפיקורוס וכדומה.
זייער שיטה אין עבודת השם איז געווען אויף מגדיל זיין דעם לא טוב און מקטין זיין דעם טוב, און אַזוי אַרום מאַכען זיך שטייגען אין מעלות עבודת השם ית'.
ווען עס איז געקומען דער גליקליכער זמן הקדוש והבהיר פון דעם התגלות הבעש"ט15, עפ"י הוראת מורו הבעל ח"י — חי' יחידה16 — איז מורנו הבעש"ט געווען דער ערשטער וואָס האָט אָנגעהויבען מקרב זיין די פשוטע אידישע בעלי מלאכות, מאַרק מענטשען און דאָרפס הענדלער17. זאָגענדיק: אַז דער וועלכער שטייט אין אַ מצב פון די נידעריגסטע דרגות פון כחות הגלוים, בעדאַרף מען אין אים זען די מעלה עצמית פון יחידה ליחדך18; און וואו אַ איד גייט און שטייט איז ער משלים די כוונת המאציל ב"ה אין דער בריאה, און אַז די המשכת החיות אין אַלע עולמות און די עליית העצמות איז תלוי אין דער עבודה שלמטה.
די תמימות פון אנשים פשוטים וועלכע דינען דעם אויבערשטען מצד אמונה פשוטה, איז די עבודה מגיע ועולה אין עצמות אין סוף הפשוט בתכלית הפשיטות19.
הערות
- 13. בהנחה אחרת: וכששאלתי את כ"ק אאמו"ר על מקור הלשון, ענה לי.
- 14. בהנחה אחרת: פאַר דעם בעש"ט איז אויך געווען צדיקים; נאָר די עבודה איז געווען בדרך שבירה, תעניתים וסיגופים.
- 15. ח"י אלול תצ"ד — ראה שיחת ד' תשרי שנה זו (לעיל ע' 165). וש"נ.
- 16. אחי' השילוני. — ראה שיחת ליל א' דחג השבועות שנה זו (לקמן ע' 232) ובהערה 18.
- 17. בהנחה אחרת: דער בעש"ט האָט אויפגעטאָן, אַז מען זאָל זעהען דעם מעלה פון טוב.
- 18. נוסח הושענות (יום ג').
- 19. ראה לעיל ע' 3. וש"נ.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.