201

פון וועמען מען זאָגט איבער, עומד לפניו1.

ג. עס איז אַ עונג נפשי, און אַ געוויסע תועלת אין דער עבודה, וואָס מלמעלה האָט מען אַרויפגעלייגט און איבערגעגעבען דער נשמה אויף דורכצופירען די כוונת הבורא ב"ה אין דער בריאה.

ד. בכל דור ודור האָבען זיך און זיינען זיך חסידים מתייחס צו הוד כ"ק רבנו הזקן, אָבער די ווענדונג איז געווען דורך דעם רבי'ן וואָס עס איז געווען בדורם.

מיר אַלע עלטערע חסידי ותלמידי חב"ד זיינען זיך מתייחס צו דעם דור החסידים וואָס זיינען תלמידי הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק — איז אונזער לשון הרב אין די אַלע דריי אויבענדערמאָנטע ענינים, הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק. בעדאַרף מען איצטער זינגען דער ניגון וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז געווען רגיל צו זינגען. וניגנו הניגון הידוע בשם: "דער ראַסטאָווער ניגון"2, המיוחס לכ"ק אדמו"ר הרש"ב נ"ע שהי' רגיל לנגנו תמיד.

ה. אח"כ אמר כ"ק אדמו"ר שליט"א לנגן את הניגון הידוע בשם "דער בינוני"3, ולא יכלו המסובים לזכור על התחלת הניגון, ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:

אַז מען לערענט ניט קיין חסידות, אָדער אַז מען לערנט מיט אייגענע המצאה ביאורים און מען איז זיך ניט עוסק אין דער עבודה פון בירור ותיקון המדות איז שווער און באמת אוממעגליך צו זיין אַ בינוני4, אָבער זינגען דעם "בינוני" דאַרף ניט זיין שווער.

ו. איך וועל אייך איבערזאָגען אַ שמועס וואָס איך האָב געהערט פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אין מיינע קינדער יאָרען, וואָס מצד שנותי בין איך נאָך ניט געווען בערך צו פאַרשטיין דעם תוכן הענין, נאָר איך האָב שוין געהאַט אַ דורכגעלעכערטע אויער, ניט קיין אוזן סתומה, נאָר אַ אוזן פתוחה, איך האָב געוואוסט אַז מען דאַרף הערען, און אויב מען פאַרשטייט נאָך ניט יעצט, וועט מען עס שפּעטער פאַרשטיין.

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דאַן געזאָגט: דער רבי — הוד כ"ק רבינו הזקן — האָט איינגעשטעלט חסידות בדוגמא של מעלה, ד' תיקוני שכינתא5.

שאלה: מהו ענין של ד' תיקוני שכינתא6 בתורת החסידות?

תשובה: די ערשטע מדריגה איז תורה, תורת החסידות. די צווייטע מדריגה איז עבודה, עבודת החסידות, אַז דאָס וואָס מען האָט געלערנט זאָל מען דאָס דערהערן. מדריגה הג' איז דער הודו לה', מען מיינט ניט די הודאה פון מודה אני, וואָרום פריער פאַרן דאַוונען זאָגט מען דאָך מה טובו, דעם סיפור פון אברהם און די עקדה, קרבנות און איזהו, וואָס איזהו איז בחי' נשמה, וואָס דאָס איז דאָך ניט גלאַט "געלאפאטשעט" —

הערות

  1. 1. ראה ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ס"ע 11 ואילך. וש"נ.
  2. 2. תוי הניגון — בספר הניגונים ח"א ניגון מד.
  3. 3. תוי הניגון — בספר הניגונים שם ניגון מו.
  4. 4. ראה תניא פי"ב. ועוד.
  5. 5. בהנחה אחרת: הי' אריכות דברים בענין מעלה ומטה, מעלת המעלה ומעלת המטה.
  6. 6. ד' תקוני שכינתא (זח"ב קלג, א) — נתבאר בסה"מ תרנ"ד ע' קנח ואילך. ד"ה נעשה נא תרצ"א (סה"מ קונטרסים ח"א קסד, ב ואילך). ועוד.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.