193

זאָגט אין איינעם פון די מאמרי חסידות בשמחת הבר מצוה שלו — תרל"ד — אַז די גדלות פון שימושה בריינגט די אמיתית פון דעם לימודה.

עס איז מיר אַ עונג נפשי צו דערציילען און איבערריידען מערערע מאָהל דאָס אַלץ וואָס איך האָב זוכה געווען צו הערען מהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק ביי פאַרשידענע געלעגענהייטן.

דער חינוך פנימי ביי חסידים בכלל און בית רבי לדורותיהם בפרט הויבט זיך אָן פון ימי הקטנות.

איך האָב שוין אַמאָל דערציילט15 אַז זייענדיק אַ בן שלש ושלשה חדשים — ערב סוכות תרמ"ד — האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק מיך גענומען אין סוכה — ביי כבוד אמו הרבנית — צו זיין בשעת איגוד הלולב ומיניו, און האָט מיר געגעבען די ערבות צו טראָגען אין סוכה. קומענדיק אין סוכה האָט מיך הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אַוועקגעזעצט אויפן טיש און מיר געלערנט ווי צו האַלטען דעם לולב — וועלכער איז געלעגען אויפן טיש — בשעת סידור ההדסים והערבות און דעם איגוד.

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט אויסגעקליבען דריי הדסים גלייכע און לאַנגע, אַוועקגעלייגט זיי אויפן טיש. אויף זיי אַוועקגעלייגט דעם לולב און מיר באַוויזען ווי צו האַלטען דעם לולב מיט ביידע הענט ער זאָל זיך ניט אַוועקרוקען. האָט גענומען צוויי ערבות צוגעלייגט צו ביידע זייטען פון לולב און צוגעלייגט צו דריי הדסים צו יעדע ערבה. און דאַן אַוועקגעלייגט די דריי הדסים אויפן רוקען פון לולב און שטאַרק פאַרבונדען מיט דריי לולב קשרים.

אין דעם תורה ומצות חינוך בכלל און חסידות חב"ד חינוך בפרט, איז ניט פאַראַן קיין קטנות — קלייניקייט — און דרך אגב און מהיכי תיתי זאַכען. יעדע זאַך אפילו וואָס סתם מענטשן רופען אַ קלייניקייט איז אין אַ חסידישען חינוך בכלל און חינוך חב"ד בפרט ניט נאָר אַ דבר גדול נאָר טאַקע אַ דבר עיקרי.

מורי ר' ניסן ע"ה האָט מיר דערציילט, אַז שמחת בית השואבה תרמ"ז ביי אַ מסיבה, האָט דודי רז"א16 געפרעגט הוד כ"ק אחיו אאמו"ר הרה"ק צי געדענקט ער די דבורי קודש און סיפורים וואָס הוד כ"ק אביהם זקנם הרה"ג הצמח צדק האָט זיי דערציילט חג הסוכות תרכ"ה און אַז זייענדיק נאָך אַ בן ארבע שנים פלעגט אים הוד זקנו רבינו הזקן זאָגען, אַז נאָכען חדר זמן זאָל ער זיך צוהערען צו די ספורים וואָס די יונגע לייט זיצער — יושבים — דערציילען וואָס זיי האָבען געהערט פון די עלטערע חסידים.

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיר אין אַ געוויסען זמן געזאָגט אויף יחידות, אַז הוד כ"ק אביו אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש האָט אַמאָל זייענדיק ביחידות געזאָגט, אַז דער טאַטע — הוד כ"ק הרה"ק צמח צדק — האָט מקבל געווען ביי זיין זיידען — הוד כ"ק רבינו הזקן — מסלתה ומשמנה פון דעם אור תורה ועבודה וואָס ער האָט מקבל געווען פון די בעלי כח"ב פון תורת החסידות מורינו הבעש"ט רבינו המגיד ממעזריטש והרב המלאך הקדוש17. און דורך עבודתו במסירת נפש

הערות

  1. 15. ספר השיחות תש"ד ע' 13. וראה ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 294.
  2. 16. ראה אודותו לעיל ע' 5.
  3. 17. ראה אגרות-קודש ח"ט ע' תטז: "הבעש"ט כתר דחסידות, המלאך עתיק, הרב המגיד ממעזריטש אריך". וראה ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 141.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.