190
ב' ניסן תש"ח1
געוויסע זמנים פון אַמאָל איז, לסבות שונות, לעב איך זיי איצטער איבער קלאָר און דייטליך, אָט אַזוי ווי דאָס וואָלט געווען מיט עטליכע טעג צוריק.
דאָס וואָס איך געדיינק אַזוי דייטליך קלאָר דאָס וואָס איך האָב געזען אין מיינע פריערסטע קינדער יאָרן2, האָב איך צו פאַרדאַנקען דעם איבערגעגעבענעם אהבה חינוך פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק וואָס האָט געגעבען דעם העכסטען אַכט אויף יעדער זאַך וואָס בריינגט אַ סדר און אַ ריכטיקען תועלת אין דער השרשה און הרגל פון מדות טובות און אין דער עקירה והרחקה פון אַ מדה און הרגל רע.
* * *
אין תורה ומצות איז פאַראַן אַ סדר זמנים בזמני השנה: דיני תפלה ברכות הנהנין וכו' שבכל יום, הלכות פסח בפסח, חג השבועות, ר"ה, יוהכ"פ, סוכות, חנוכה, ופורים גדול וקטן.
ביי חסידים בכלל און ביי חסידי חב"ד בפרט איז פאַראַן אַ תוספות מנהגים וואָס איז איינגעטיילט אין דריי סדרים חב"ד חג"ת נהי"מ. אין עניני עבודה איז באמת ווערט דער סדר השלישי נהי"מ געטיילט אין צוויי טיילן: נה"י און מלכות. ווייל דער ענין פון ספירת המלכות איז אַ ספירה כללית וואָס בריינגט יעדע ספירה אין אַ בפועל. דאָס מיינט, אַז יעדע ספירה, פון דער ערשטער אין חב"ד ביז דער לעצטער אין סדר נה"י, ווערט געבראַכט אל הפועל דורך ספירת המלכות.
* * *
אין מיינע פריהסטע קינדערשע וואַלגער יאָרן פלעג איך, קומענדיג פון חדר, זיין אַ אָפטער אַריינגייער צו החסידים ר' חנוך הענדיל3 און ר' אבא טשאַשניקער4, וועלכע האָבען געלעבט אַסאַך יאָרן אין דער אַזוי גערופענער אַראָפּהויפיקער הויז. כמעט יעדן טאָג קומענדיג פון חדר, ווי אויך פרייטאָג און שבת, פלעג איך ביי זיי פאַרבריינגען.
החסידים רח"ה ור"א זיינען געווען זייער פאַרשיידנאַרטיקע מענטשען. ביידע זיינען זיי געווען טיפע און איבערגעגעבענע חסידים בעלי עבודה, אָבער חלוקים בידיעתם ובעבודתם.
ר"א איז געווען אַ טיפער בעל הבנה והשכלה. דער הויפּט ענין וועלכען ער פלעגט מבאר ומסביר זיין איז געווען, אַז דער ענין פון ירידת הנשמה בגוף און גילוי תורת הבעש"ט איז צו פאַרשטיין דעם ענין אַז הוי' ואלקים איז כולא חד, אַז דער הסתר פון שם אלקים איז אַז מען זאָל האָבען אַ השגה שכלית אין דער הפלאה פון שם הוי'.
החסיד רח"ה איז געווען בעיקרו אַ הארץ מענטש, אַ איבערגעגעבענער עובד. מרגלא בפומי': אהבת השם, אהבת התורה, און אהבת ישראל, איז דער חוט המשולש וואָס פאַרבינדט אלקות אידן און וועלט.
אין מיינע פריהעסטע קינדער יאָרן,
הערות
- 1. נדפס עם מ"מ והערות מכ"ק אדמו"ר נשיא דורנו בסה"מ תש"ח ע' 169 ואילך.
- 2. [ראה גם שיחת ליל אחש"פ תש"ו ס"ג (לעיל ע' 41 ואילך)].
- 3. ראה ספר השיחות ש"ת ע' 29 [וראה לעיל ע' 89].
- 4. ראה שם [וראה לעיל שם. וש"נ].
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.