187

האור פון בעש"ט, דער בעש"ט האָט אין אים ממשיך געווען פנימיות האור פון נשמת הרשב"י.

חסידות איז חג"ת, הגם חסידות איז חב"ד, אָבער דער עיקר איז חג"ת3.

עס איז פאַראַן קאָפּ און האַרץ, השכלה און עבודה, פאַרשטאַנד און געפיל, לערנען און דאַוונען; עס דאַרף אַראָפּ קומען די השכלה אין עבודה. דער לערנען איז צוליב דעם דאַוונען, דער דאַוונען איז צוליב דעם נאָך דעם דאַוונען — אין כל היום; און דער דאַוונען דאַרף מאַכען אַ חלל אין די אבנים וואָס פאַרשטיינען די האַרץ4, און דאָס מאַכט אַ חלון עס זאָל אַריינלייכטן אור און ניט אַריינלאָזן די שלעכטע ווינטן.

דער אור אלקי איז פועל אַ המשכת החיות און צחצוח הכלי, צחצוח הכלי מיינט, ניט זיין קיין פרא אדם; ער רעדט זיך איין אַז ער איז עפּעס, אויב ער טוט אַ אידן אַ טובה פּאַטשט ער זיך אין בייכעל. המשכת החיות איז אָפּמינטערן, דורך דעם וואָס מען טוט פאַר עבודת התפלה.

חסידים זיינען דאָך קלוגע: ניט מעלים דעם טוב, און ער ווייסט דעם לא טוב, ער זאָגט אשמנו בגדנו. מ'זאָגט דאָך אַלע אשמנו בגדנו, אָבער דער חסידישער אשמנו — ניט סתם זאָגען די ווערטער אשמנו, נאָר דער אַריינדרינגען: וויסען וואָס איז אשמנו, וואָס איז בגדנו.

דער עיקר איז מען דאַרף דאַוונען.

הערן — דאַרף מען נעמען אַ סאַך משקה, דערהערן — גאָר אַ סאַך משקה. און בפרטי פרטיות דאַרף מען דורכלעבן דעם ענין5.

ב. (ר' מיכאל דוואָרקין6 אמר לחיים, ואמר שהשי"ת יעזור עס זאָל ווערן שלום אויף דער וועלט — ומה בקשתך — עד חצי המלכות! ואמר עוד כמה מלים — לשון של בקשה בנוגע המצב7, וע"ז אמר כ"ק שליט"א:) אין פּאַראַדקעס דאַרף מען זיך ניט מישן. דער אויבערשטער זאָל העלפן, אַז די כוונה פנימית זאָל אויסגעפירט ווערען בחסד וברחמים.

ג. אַמאָל האָט מען ווינציגער געטאָן7, און מער אויפגעטאָן, און מען איז געווען פאַרבונדן מיט פנימיות העצם; היינט — איז גאָרניט! מען טוט גאָרניט! ער רעדט זיך איין אַז ער איז אַ משכיל, ער איז אַ עובד — עס איז פאַראַן אַ געבאָרענער משכיל, אַ געבאָרענער עובד: בשעת דער מוהל איז מתקן וואָס מען דאַרף, און זאָגט "זה הקטן גדול יהי'" — מיט דעם איז ער אַ חסיד! עס איז ניטאָ דעם פאַרן דאַוונען, ניטאָ קיין דאַוונען, און עס איז ניטאָ נאָכן דאַוונען. זיי האָבן גאָרניט אָנגעפאַנגען טאָן. יונגעלייט, ובפרט תלמידי התמימים טוען ניט אין עבודת התפלה, צייטןווייז ברענגט דאָס אַ גיעול נפש8.

הערות

  1. 3. ראה גם שיחת ליל שמח"ת ושיחת י"ט כסלו שנה זו (לעיל ע' 175. ע' 180 ואילך).
  2. 4. ברשימה אחרת: דער דאַוונען מאַכט אַ חלל אויף אַרויסנעמען די אבנים פון די שטיינערנע האַרץ.
  3. 5. ברשימה אחרת: אויף הערן אַזאַ וואָרט דאַרף מען נעמען משקה, בפרט אויף דערהערן דעם וואָרט, און גאָר בפרטי פרטית אויף אַ דורכלעבן דעם וואָרט.
  4. 6. ראה אודותו לעיל ע' 120.
  5. 7. כנראה הכוונה בנוגע המצב בארץ ישראל. — ראה גם שיחת יום ב' דר"ה שנה זו ס"ב (לעיל ע' 162).
  6. 7. ברשימה אחרת: נאָר דאָס וואָס מ'האָט געטאָן איז געווען געטאָן.
  7. 8. ברשימה אחרת: צייטן וואָס עס איז אַ גועל נפש צו קוקן אויף אַ יונגערמאַן — אָן עבודה.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.