186
פורים תש"ח בסעודה
א. עס איז אַ מנהג — בפרט ביי חסידי חב"ד, אַז ביי יעדער חסידישע שמחה, שמחה של מצוה, איז די התחלה מיט אַ דבר מלכות1.
אַ וואָרט פון בעש"ט ותלמידיו דער מעזריטשער מגיד ותלמידיו — די רביים פון רבי'ן, אַ וואָרט פון רבי'ן, וואָס ביי אונז איז סתם רבי — דער אַלטער רבי.
דבר מלכות איז אַ ענין פון הודאה. דערפאַר הויבט מען אַן אינדערפרי גלייך מיט "מודה אני"; מיט דעם הויבט מען אָן היינט, נעכטן, אייערנעכטן, און אַ וואָך צוריק, און פאַראַיאָרן. "מודה אני" איז הודאה וואָס איז העכער פון השגה — פון כלי השגה און ניט פון כלי השכל, וויילע השגה איז לפי ערך המשיג ולפי אופן המושג, אָבער הודאה איז מצד העצם, הודאה איז בלתי מושג; אין השגה איז דאָ קשיות, וואָס באמת איז די מעלה פון השגה איז קשיות, ווי מיר זעען באַ אַ מלמד אַ בר פועל, אַז ניט נאָר וואָס ער קען זאָגן דעם ענין בפרטיות, נאָר ער קען אויך אויף מאַכן אַז דער תלמיד זאָל פרעגן אַ קשיא, און מיט דערויף איז מען מרחיב די כלי השגה פון דעם תלמיד2.
עס איז דאָ אַ מקובל'דיקער וואָרט פון טאַטן. — ביים איבערזאָגן אַ וואָרט, דאַרף מען דערציילן דעם זמן ומקום ומצב ווען דער וואָרט איז געזאָגט געוואָרן, וואָס דאָס לעבט אויף דעם וואָרט; נאָר מצד כמה טעמים וועל איך דאָס איצטער מעלים זיין.
מ'האָט געפרעגט ביי דעם אַלטן רבי'ן, וואָס האָט אויפגעטאָן מעזריטש? והכוונה: וואָס האָט אויף אים אויפגעטאָן מעזריטש? האָט ער געענטפערט: מעזריטש האָט מגלה געווען2 דעם פנימיות
הערות
- 1. ראה גם שיחת ל"ג בעומר ושיחת י"ב תמוז שנה זו (לקמן ע' 224. ע' 241 ואילך).
- 2. ברשימה אחרת: אַ מלמד אַ בר פועל, ווען ער לערנט מיט'ן תלמיד, זאָגט ער אים ניט דער ענין בפשיטות אַז עס זאָל זיין אַלעס רעכט, נאָר ער זאָגט אים אַזוי אַז דער תלמיד זאָל פרעגן: רבי, עס איז דאָך אַ קשיא! און דאָס איז מרחיב באַ אים די כלי השכל — ניט די כלי השגה, נאָר די כלי השכל. אָבער דאָס איז איז אַלץ אין דעם וואָס איז שייך צו השגה, משא"כ הודאה נעמט עצם.
- 2. ברשימה אחרת: מעזריטש האָט אין אים מגלה געווען.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.