186

איר שטיצט די ישיבה תומכי-תמימים ניט נאָר מיט געלט, נאָר אויך מיט געפיל; דער אויבערשטער זאָל העלפן אייך און אַלע וואָס העלפן דער ישיבה תות"ל, און באַגליקן אייך און זיי מיט די פאַמיליעס אין אַלע ענינים בגשמיות וברוחניות.

(אמר רא"ד קריימער נ"י: אַז עס איז שוין ניטאָ קיין געלט. ע"ז השיב כ"ק אדמו"ר שליט"א:) דער אויבערשטער זאָל העלפן אידן זאָלן האָבן געלט אויף אַלץ וואָס זיי דאַרפן, און אויף תורה זאָל שטענדיג פעלן, דאָס הייסט מען זאָל מאַכן אַזוי פיל ישיבות אַז עס זאָל פעלן געלט, די אַרבעט איז נאָך ניט געקאָנטשעט.

דער אויבערשטער זאָל העלפען אַז מען זאָל אינגיכען זוכה זיין טאַקע צו ביאת המשיח.

איך בעט איבערגעבן מיין ברכה צו אַלע משתתפים.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.