185
ר"ד מה שאמר כ"ק אדמו"ר שליט"א
להבע"ב מעסקני הישיבה שנכנסו לחדר כ"ק אדמו"ר שליט"א
ביום ה' ט"ז אדר ראשון תש"ח1
אַז מען ווערט עלטער געדענקט זיך די יוגענד קלערער, איך בין געשטאַנען ווען מיין הייליקער פאָטער דער גרויסער אוהב ישראל און בעל מסירת נפש פאַר אַ אידן
— ניט רעכענענדיג זיך וואָס ער איז און ווי ער איז, צי ער איז אַ ירא שמים אָדער ניט, נאָר וויילע ער איז אַ איד2, ווי דאָס איז דער אמת און דאָס האָט ער געהאַט בירושה פון זיינע הייליקע עלטערען אַז אַ איד איז גוט —
האָט מיסד געווען די ישיבה.
עס איז דאָ בקבלה פון בעש"ט הקדוש, אַז אויף אַ אידן דאַרף מען קוקן אויף זיינע מעלות3, און חסרונות דאַרף מען זען אין זיך4, איז דענסמאָל דערזעט מען דעם אמת. וויילע טאָמער איז ער יעצט ניט ווי מען בעדאַרף, וועט אָבער פריער אָדער שפּעטער בעסער ווערן, אַ איד האָט דאָך אין זיך משמעת, ער האָט האָלט צו הערן אַ דבר תורה און העלפט דאָך תורה.
מיר דאַרפן יעצט האָבן אַ ברכה, אויף דעם מצב פון אידן וואו זיי געפינען זיך. מיר זיינען דאָ אויך ניט זיכער, ווי די האַרץ איז ניט צואווייטאָגט אויף דעם מצב פון אונזערע ברידער אומעטום, דאַרפן מיר קוקען מיט אַ שטאַרקער אויג אויך אויף אונזער היים. דער אויבערשטער וועט געוויס רחמנות האָבן, אָבער מען דאַרף וויסן אַז דאָס איז דורך תורה, וויילע תורה איז דאָך מגנא ומצלי5.
הערות
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.