185
איך גיב אייך געלט פאַר פאַרבריינגען. וואו איר קומט זאָלט איר מאַכן אַ חסידישע סעודה מ'זאָל זינגען אַ פנימיות'דיקען ניגון, גיין אַ ואַרימען ריקוד. בכלל מעורר זיין פנימיות. וואָס איז אַ חסידישע סעודה — אַ עקיל פון אַ הערינג און אַ ריינע קלאָרע גלעזל משקה. ניט עסן און טרינקען, דאָס איז ניט קיין חסידישע סעודה.
(ואמר בנותנו פרוטות: און אויך קליין געלט).
מען זאָל זען וואָס מען קען טאָן וועגען זייער הסתדרות, און שיקען רעקומענדאַציעס.
מ'דאַרף זיך ניט איילען. טאָן די אַרבעט ניט איילענדיג, ניט טראַכטן וועגן באַלד צוריקפאָרן. נאָר טאָן די אַרבעט אין יעדן מקום (ווי עס באַדאַרף?).
פאָרט געזונט, זייט געזונט, קומט געזונט. איר וועט מסתמא שרייבן אַמאָל טעלעגראַפיש וואָס איז נויטיק. און מען זאָל זיך זען געזונטערהייט.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.