184
דאָס דאָ "דער אַלטע היים"22. אָבער די יונגעלייט, זיי זיינען דאָך לא ראו אור, ובפרט אין דער מדינה. מ'טאָר דאָס ניט זאָגן, איך בין דאָך אַ בטלן — איך גיי ניט אין גאַס, איך זע נאָר דורכ'ן פענסטער איז יאָגט אַריין אַזאַ פראָסט אַז עס נעמט טרייסלען; דער היגער הוהאַ, אַ ציצה באַהאַלט מען, אַ באָרד דאַרף מען ניט, עס איז פּאַסקודנע. אין דער היים איז געווען אַ אויסשפּראַך "עס איז חלשות".
אַלע אידען זיינען טייער, דער חסרון איז אין אונז.
עס איז נאָר איין טרייסט! ווען אייז צוגייט אויף מים איז דער שטח פון די מים גרעסער ווי בעת עס איז געווען אייז, איז דאָך ווען דער אַמעריקאַנער אייז וועט צוגיין וועט דערפון ווערן מים רבים און מים חיים; און פון דעם אַליין דאַרף מען זיין בשמחה.
יב. אח"כ צוה כ"ק אדמו"ר שליט"א לשיר ניגון, ואמר: מ'דאַרף זינגען אַ פנימיות'דיגן ניגון. חב"ד מאָנט אין אַלץ פנימיות; אַ טאַנץ — אַ פנימיות'דיגן, אַ ניגון — אַ פנימיות'דיגן.
יג. אמר לשאר בשרו ר"מ שניאורסאָהן מארץ הקודש: דו זאַלסט פאָרן געזונט, קומען געזונט און דערהערן ארץ ישראל אין אַ פנימיות.
יד. אחד מזקני החסידים הרבנים רצה לישב אל השולחן, ומצד הצפיפות הי' קשה עבורו להתיישב, והעיר על זה כ"ק אדמו"ר שליט"א: דאָס איז דאָך דער קונץ פון אַ למדן, אַז פון דעם ויש ליישב בדוחק זאָל ווערן אַ התרחבות.
טו. כ"ק אדמו"ר שליט"א צוה לנגן הניגון של ד' הבבות מאדמו"ר הזקן, כ"ק אדמו"ר שליט"א ניגנו ג"כ בדביקות גדולה ובבכי' עצומה. אח"כ צוה לנגן הניגון "ניע זשוריצי חלאָפּצי" וצוה לנגן בשמחה גדולה, וכל הנאספים ניגנו ורקדו בשמחה רבה.
הערות
- 22. ראה שיחת י"ב תמוז תש"ו ס"א (לעיל ע' 52).
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.