182
איז אין די אַלע ענינים האָט ער שוין אויפגעטאָן און פאַר זיך האָט אים גאָר ניט געאַרט.
דער אַלטער רבי האָט געהאַט מס"נ צוליב אַ איש פשוט אין אַ ענין גשמי אָדער אַ ענין רוחני, ער האָט געזען דעם עצמי פון די פשוט'ע אידען, אין בעל הבית'שקייט ווען דער גלות וועט זיך ענדיקען האָט ער זיך ניט געמישט; זיין עבודה איז געווען אויף אַריינבריינגען ליכטיגקייט ביי אידן. השי"ת זאָל העלפן עס זאָל זיין גילוי המשיח בקרוב ממש אָן פאַלשע פירושים, נאָר מען זאָל דערהערען דעם גילוי העצמי והפנימי אין תורה ועבודה.
דעם כח המס"נ האָט דער אַלטער רבי מנחיל געווען צו חסידים נאָר דאָס איז בהעלם, און בכדי מגלה זיין מההעלם אל הגילוי איז דאָס אויך דורך מס"נ, און יעדער מעדת החסידים דאַרף האָבן מסירת נפש.
עס איז דאָך מתי יבא לידי ואקיימנה11, אין מסירת נפש איז ניט דער עיקר הכוונה דער מסירת נפש, נאָר דער עיקר איז דער ואקיימנה — עס דאַרף זיין דער קיום. להבדיל באלף הבדלות ביי גויים איז פאַראַן, ער שיכור'ט זיך אַן און נאַכהער פגר'ט ער אַוועק, דאָס איז פון דעם בראָנפן און צוליב דעם בראָנפן; אָבער ביי אידן איז די כוונה פון מסירת נפש דער ואקיימנה — דער קיום הדבר.
וואָס איז מסירת נפש? דאָס וואָס ער וויל דאַרף מען ניט און דאָס וואָס ער וויל ניט דאַרף מען יע.. .
ד. עס זיינען דאָ אַזעלכע וואָס זאָגן אַז צו ענינים רוחניים איז ער קיין מחותן ניט, ער איז ניט שייך צו דעם. אָבער דער אמת איז אַז ער האָט באַ זיך אַ שרץ'ל12 וואָס מאַכט אים שוין גאָר פאַר אַ מחותן. דער נפש הבהמית קאָרמעט ער ווי אַ מאפס — וואַרפט אים צו אַ שטיקל פלייש, אַ שטיקל חלה, און דער נפש האלקית דאַרט ביי אים. דער נה"ב קומט צו איהם מיט זיינע חכמה'לאַך: עס איז דאָך עסקא דשבתא כפול13, דאַרף ער שבת עסן צווייערליי פיש צווייערליי פליישען צווייערליי פּיטשאַ, און אַזוי פירט ער אים אין לאָך אַריין: מנחה ומעריב ווי אַמאָל, קריאת שמע שעל המטה לאָזט מען דורך14, ער איז יוצא מיט אַרומדרייען די תפילין, און ער קאָרמעט דעם נה"ב, און דער נפש האלקית דאָרט ביי אים.
ה. חסידים זיינען חכמים מחוכמים, מ'זאָגט זיך אַליין. ביי חסידים מאָנט מען ניט קיין ריבוי, דער עיקר צו אָנהערן דעם אמת.
הערות
- 11. ברכות סא, ב.
- 12. נוסחא אחרת: עס זיינען דאַ אַזעלכע וואָס זאָגן ווי קומען זיי צו ענינים רוחניים, זיי זאָגן וואָס פאַר אַ מחותן בין איך צו דעם, אין בין ניט שייך צו דעם, דאַרף מען אים זאָגן: ברודער'ל דו האָסט ביי דיר אַ שרץ'ל.
- 13. ראה מדרש תהלים צב.
- 14. נוסחא אחרת: איין מאָל אין דריי וואָכן.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.