181

ניט אַז חג"ת'ניקעס איז נאָר חג"ת און ניט חב"ד, חב"ד'ניקעס מיינט מען ניט נאָר חב"ד און ניט חג"ת, עס ווענדעט זיך נאָר אין די התחלה פון וואַנען מען הויבט אָן. און דער עיקר פון חסידות איז עבודה.

דער אַלטער רבי ביז ער איז געפאָרן אין מעזריטש האָט זיך אָפּגעגעבען נאָר מיט בני תורה4, לאחר ווי ער איז צוריקגעקומען פון מעזריטש און וויסנדיק די כוונה פנימית, האָט ער זייער מקרב געווען דוקא אנשים פשוטים5.

אין דעם בריוו וואָס כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיר צוגעשיקט צו י"ט כסלו תרס"ב ווען ער איז ניט געווען אין ליובאַוויטש6 — "היום הזה הוא ר"ה לדא"ח אשר הנחילנו אבותינו הקדושים זצוקללה"ה נ"ע זי"ע, והיא היא תורת הבעש"ט ז"ל. זה היום תחלת מעשיך כו'" — איז דאָרט אָנגעדייטעט דער ענין ברמז.

ג. ווען7 דער אַלטער רבי איז געקומען פון פּעטערבורג האָט ער געזאָגט: פאַר זיך האָב איך גאָר קיין מורא ניט געהאַט, איך האָב געזאָגט: ב"ה וואָס דער מאסר האָט פּאַסירט נאָך 25 יאָר8 אַרבעט עבודה פנימית מגלה זיין תורת הבעש"ט, דער ענין האָט זיך שוין אויף געטאָן. איך פאַר זיך אַליין האָב איך ניט מורא געהאַט.

דער אַלטער רבי האָט זיך מוסר נפש געווען אויף דריי זאַכן: פאַר דעם אויבערשטן, פאַר תורה, און פאַר ארץ ישראל. א) פאַר דעם אויבערשטן — קידוש השם. ב) פאַר תורה — דאָס איז תורה ומצות, תורה אַן מצות איז גאָרניט. תורה מיינט מען ניט ווי ער פאַרשטייט די תורה מיט זיין שכל, נאָר מיט זיין שכל זאָל ער פאַרשטיין די תורה וואָס די תורה וויל. והג) ארץ ישראל, ווי עס איז ידוע9 אַז דער אַלטער רבי האָט אויסגעהאַלטען רבותינו הקדושים מיט זייערע משפחות און משפחות אנ"ש וואָס האָבען זיך באַזעצט אין ארץ ישראל10.

הערות

  1. 4. נוסחא אחרת: נאָר מיט גדולים בעלי מדריגה.
  2. 5. ראה גם שיחת ל"ג בעומר תש"ז (לעיל ע' 123). וש"נ.
  3. 6. נדפס באגרות-קודש כ"ק אדמו"ר מהורש"ב ח"א ע' רנט.
  4. 7. הבא לקמן הובא ונתבאר בשיחת פורים תש"כ.
  5. 8. נוסחא אחרת: נאָך 30 יאר.
  6. 9. ראה גם ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 176. וש"נ.
  7. 10. בשיחת פורים תש"כ שם: "ס'איז געווען אין תש"ח, האָט דעמאלט דער רבי דער שווער פאַרבראַכט י"ט כסלו. . און האָט דעמאלט גערעדט אז י"ט כסלו איז אן ענין פון דעם אַלטן רבי'נס גאולה. . און האָט געזאָגט אז דער אַלטער רבי. . האָט זיך מוסר נפש געווען אויף ארץ ישראל, און האָט מסיים געווען: וכידוע אַז דער אַלטער רבי האָט געשיקט און אויסגעהאַלטן רבותינו וואָס זיי זיינען געווען באה"ק אין ארץ ישראל. .. . דער קישור מיט י"ט כסלו איז: איינע פון די מסירות אויפן אַלטן רבי'ן איז געווען אַז ער שיקט געלט אין ארץ ישראל. . דער אַלטער רבי וויל אויפשטעלן אַ מלכות אין ארץ ישראל. . און ער וויל דאָרטן ווערן אַ מלך. . בפנימיות הענינים איז דאָס אזוי געווען: דער אַלטער רבי האָט געוואָלט אייננעמען ארץ ישראל, און האָט געוואָלט אַז דאָרטן זאָל ווערן דער מלך דער "יפוצו מעינותיך חוצה" פון תורת החסידות. . האָט דער אַלטער רבי, דורך שיקן אַהין און אויפהאַלטן דאָרט תלמידי הבעש"ט און תלמידי המגיד וחביריו, און מ'זאָל דאָרטן לערנען פנימיות התורה, האָט דאָס געדאַרפט אויפשטעלן דער מלכות אין ארץ ישראל, און חסידות זאל דאָרטן ווערן מלך. . דאָס הייסט, אַז ווען חסידות ווערט אַ מלכות אין ארץ ישראל, איז דאָס איז וואָס דער אַלטער רבי איז געוואָרן מלך אין ארץ ישראל. .. . אָט דאָס איז געווען י"ט כסלו תש"ח, דערנאָך אין אַ שטיקל צייט אַרום איז דאָרט נתייסד געוואָרן כפר חב"ד[ednref_24_*]. וואָס דער נאָמען איז דאָך געווען בידיעה ובהסכם פון דעם רבי'ן דער שווער[ednref_25_**]". [edn_24_*] ראה אגרות-קודש חי"ג ע' ע' תצח. חי"ד ע' ס"ע תיב ואילך. [edn_25_**] ראה אגרות-קודש ח"י ע' רעג: בחסדי השם יתברך האָב איך פאַר זיי געגרינדעט אַ קאָלאָניע מיטן נאָמען "כפר חב"ד".

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.