180
י"ט כסלו תש"ח
א. עס איז דאָ אַ אויסשפּראַך "פותחין בברכה"1, דאָס מיינט זינגען אַ ניגון. ניגון איז העכער פון דיבור2, אין ניגון זאָגט זיך אַרויס די עצמיות, און דאַמאָלט דערהערט מען די פנימיות ועצמיות פון דיבור.
דאָס איז דער נקודת הענין וואָס חסידים זינגען אין דאַוונען3. עס איז דאָ אַ ניגון פאַרן דאַוונען און אַ ניגון אין דאַוונען. דער ניגון פאַרן דאַוונען דאָס איז אַ הכנה אַרויס צושלאָגן דאָס וואָס עס דאַרף ניט זיין אין דאַוונען.
מען דאַרף זאָגן אַ ניגון, ניט בכדי עס זאָל דערנעמען יענעם, נאָר עס זאָל דערנעמען זיך.
ב. מען מאַכט אַ טעות, מען מיינט אַז חב"ד איז השכלה, חב"ד איז דאָך חכמה בינה דעת, טאָ ווי קומט דאָס צו עבודה מדות חג"ת?
אַמאָל האָט מען גערעדט אַז עס איז דאָ חסידים חג"ת — חג"ת'ניקעס, און חסידים חב"ד — חב"ד'ניקעס, מיינט מען
הערות
- 1. פתיחת אגרת הראשונה באגה"ק שבתניא. וראה לקו"ש חכ"ד ע' 641 בהערה.
- 2. ראה ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 221.
- 3. ראה שיחת י"ט כסלו תש"ו ס"ט (לעיל ע' 18).
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.