175
דאַרף מען ניט האָבן, דער אויבערשטער איז אַ זן ומפרנס לכל בריותיו, דאַרף מען קיין דאגת הפרנסה און דאגת ב"ב ניט האָבן.
וענה הנ"ל: דער אויבערשטער האָט מיר שוין מזמין געווען אַ פרנסה.
ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: איך ווייס. איך ווייס פון יעדערן, אידן בכלל, אנ"ש בפרט, און חסידים וואָס מען האָפט מיט זיי עפּעס אויפטאָן בפרטי פרטיות, איז מיר נוגע אין אַ פנימיות דפנימיות.
דאגת הפרנסה דאַרף ניט זיין, אָבער מען דאַרף וויסן נאָך וואָס איז מען געקומען אַהער, יעדערער האָט אַ שליחות אין עלמא דין.
ז. איך וואָלט זיך ווינשען, אַז אַלע תמימים זאָלן האָבען בני חיי מזונא רויחא בתכלית ההפלגה, נאָר זיין מלמדים. זיי זאָלן האָבן ברויט מיט'ן פולן מויל, ברויט מיט פּוטער, און פלייש מיט קאָמפּאָט, מיט אייגענע הייזער און זיידענע זופּיצעס אויף שבת9, אָבער די מלאכה זאָל זיין מלמדות.
אַה! וואָס פאַר אַ עושר דער אויבערשטער וואָלט געווען.
עס איז דאָ אַ כתה ביי אידען וואָס האַלטן, אַז זיי האָבן אַ חוש אין תורה — אפשר, תורה לשמה זיכער ניט. אָבער לימוד התורה, זיין אַ מלמד און אויסלערנען יענעם ווי אַזוי צו לערנען דאָס איז גאָר אַ אַנדער זאַך.
ח. אידן בכלל, חסידים בפרט און תמימים בפרטי פרטיות, ווייסן ניט וואָס פאַר אַ כחות זיי פאַרמאָגען און זיי ניצן זיי ניט אויס.
מען קלאָגט זיך. דאָס וואָס מען קלאָגט זיך אויף גשמיות זיינען זיי גערעכט, זיי דאַרפן טאַקע האָבן בני חיי ומזוני רויחא און דער אויבערשטער זאָל זיי העלפן; אָבער דאָס וואָס מען קלאָגט זיך אויף רוחניות איז אַ עוולה.
צייטנווייז טראַכט איך, אַז דאָס איז דערפאַר ווייל מען פוילט זיך, מען פוילט זיך אויספּאַקן דעם פּעקל, מען מיינט אַז דאָרט געפינט זיך גאָר ניט, ע"ד אַן אָרימאַן וויל ניט עפענען זיין פּעקל; אַ עושר עפענט זיין פּעקל, ווייל ער ווייס ער וועט דאָרטן עפּעס געפינען, אָבער אַן אָרימאַן ווייס אַז ער וועט אין זיין פּעקל גאָר ניט געפינען, סיידן אַ טרוקן שטיקל ברויט, אַ דאַרע סקארינקע אָדער אַ פאַרשימעלטע שטיקל גאמעלקע.
זיי ווייסן ניט די אייגענע כחות און נוצען זיי ניט אויס, אַז מען וואָלט געטאָן וואָלט מען געזען אַז אחד יהי' לרבבה10.
ט. מען האָט אַ טעות, אַז השכלה איז אַ עיקר; ניין, דער עיקר איז עבודה בפועל, נאָר אַזוי איז דער סדר התהוות, חב"ד, חג"ת, נה"י, דער עיקר איז די פיסלעך אויף וואָס צו שטיין.
מען דאַרף לערנען שו"ע או"ח, צו וויסען שמירת התורה והמצוות בפועל, מען בעדאַרף אויסמושטירען דעם גוף עפ"י שו"ע.
איך האָב שוין אַמאָל דערציילט11, אַז
הערות
- 9. ע"ד לבישת בגדי משי בשבת ויו"ט — ראה המשך תער"ב ח"ב ס"ע תתעב ואילך. תרס"ב ע' רלא בשוה"ג (וסיום הענין שם ס"ע שמז). ד"ה זה יתנו תש"כ (סה"מ תש"כ ע' 87). ר"ד יום ה', כד תשרי תשי"א (תורת מנחם התוועדויות תשי"א ח"א ע' 53. וש"נ). שיחת פורים תשט"ו.
- 10. ראה לקמן ע' 178.
- 11. ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 98. קיץ ה'ש"ת ע' 82. "היום יום" כ שבט.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.