174
אינדערפרי אין וואַסער, מעביר זיין די סדרה6, זאָגן תהלים, נאָכן דאַוונען מאַכען קידוש, עסען. ער ווייס אַז היינט איז שבת, ער איז מסולק פון אַלע דאגות, דאגת הפרנסה, דאגת ב"ב וכו'; אַז ער שטעלט זיך דאַוונען איז ער פאַרנומען נאָר מיט'ן דאַוונען און איז מסלק פון זיך אַלע דאגות.
דאָס איז דער לוו עלי, מלשון באַהעפטן זיך, אַז מען בעהעפט זיך מיט דעם עלי איז דאַן ואני פורע, פורע מלשון אָפּדעקן, עפענען. ואני פורע איז דער פירוש אַז השי"ת עפענט אויף די גשמיות, אַז עס זאָל זיין אַ כלי צו עצמות. וואָס דאָס מיינט ברויחא — אַז עס איז ניט שולט קיין עין לא טובה, אַז מען גיט איהם אַ מתנה איז דאָס בהרחבה ובשלימות.
ה. אחד מהתמימים שבא לא כבר ממדינה שמעבר לים (אפריקה הדרומית) בשליחות כ"ק אדמו"ר שליט"א, אמר לחיים. וענה לו כ"ק אדמו"ר שליט"א: לחיים ולברכה.
דו ביזט אַ מהיר, גיסט אַ שמיר מיט די ליפן און יוצא. מען דאַרף מאַכן אַ תוך אין מקבל, אַז ער זאָל נתעורר ווערן מיט אַ תמידיות.
החסיד ר' בערע וואָלף7 פלעגט זאָגן: שאוני והטילני8, טראָג מיר וכו'.
איר ווייסט ניט ווער עס גייט פאַר אייך. דעם וועלטישן טעות, צו מיינען אַז איר זייט "מאַכערס" — אַז איר אַליין טוט דאָס אויף, דאָס האָט איר ניט; אָבער איר ווייסט ניט ווער עס גייט פאַר אייך.
אַ ודאי דאַרף מען זיין צופרידן וויפל מען טוט אויף. אַז איינער פוילט זיך און לייגט אָפּ דעם דאַוונען אויף מאָרגן און די תפילין אויף מאָרגן און מען פועל'ט אויף אים ער זאָל דאַוונען היינט און לייגן תפלין היינט, דאַרף מען זיין זייער צופרידן, אַיי מנחה און מעריב, איז נאָך דערווייל ניטאָ, נו! מען דאַרף אָבער מקרב זיין, און נעמען יענעמס גוטע זייט און דאָס מגביר זיין; עס איז אָפּגעטויט אַ אבר — ער איז ניט ווי מ'דאַרף, דאַרף דאָס זיין ביי זיך אַ ווייטאָג אין האַרצן, אָבער פאַר יענעם דאַרף מען ווייזען אַ פנים צהובות און אים מקרב זיין.
אַז מען זעט אַז די דברי התעוררות וואָס מען זאָגט אים פועל'ט ניט, דאַרף מען זיך גוט אויספּלאָנ'חענען (אויסוויינען) און אונטערפאַסטען אויך, און זאָגן אַ שטאַרקן פעטן "על חטא", און תולה זיין די אשמה אין זיך, ווייל עס דערנעמט ניט יענעמס רחמנות. אַז מען זעט איינעם אַ מחוסר לחם, אָדער ער האָט אַ צער פון ב"ב ח"ו, דעמאָלסט ווערט מען נתעורר מיט רחמנות אויף יענעם, אָבער אַז מען זעט יענעמס חסרון אין רוחניות דערנעמט דאָס ניט. און דער ניט דערנעמען מאַכט אַ סתימה אין כלי המקבל.
מען דאַרף ניט זיין קיין מהיר. דער אויבערשטער זאָל העלפן, אַז די "זרעא" וואָס דו האָסט פאַרזייט בדרך אגב, זאָל זיין חייא וקיימא.
ו. א' מאנ"ש מפליטי רוסיא אמר לחיים לכ"ק אדמו"ר שליט"א. ואמר לו כ"ק אדמו"ר שליט"א:
דו ווייסט מסתמא נאָך וואָס דו ביסט געקומען אַהער. קיין דאגת הפרנסה
הערות
- 6. ראה שו"ע אדה"ז או"ח סרפ"ה ס"ה ואילך.
- 7. הרה"ח ר' דוב זאב קאָזעווניקאָוו. רב ביעקאַטרינאָסלאַוו. — ראה אודותו: ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 231. וש"נ.
- 8. יונה א, יב.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.