173
ליל שמח"ת קודם הקפות תש"ח
א. דער "תכין לבם"1 איז דאָ, דער אויבערשטער זאָל העלפן, אַז עס זאָל אַראָפּקומען אין אַ פנימיות.
שמיני עצרת און שמח"ת זיינען צוויי דרגות חלוקות, אָבער ביידע אין המשכה פנימיות.
ב. איך וויל אייך איבערגעבן אַ גערוס פון זעכציג יאָר צוריק. אין יאָר תרמ"ח האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט שמח"ת: וואָס פרייט זיך דער אויבערשטער שמח"ת; בשלמא אידן פרייען זיך וואָס זיי האָבן מקבל געווען די תורה, אָבער למעלה, שטייט דאָך אַז אלפים שנה קדמה תורה לעולם2, איז מיט וואָס פרייט זיך דער אויבערשטער שמח"ת?
און הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט געענטפערט:
דער אויבערשטער פרייט זיך מיט דעם, וואָס אידן זיינען מקבל די תורה בדעת.
דער אויבערשטער זאָגט: איך גיב זיך אַוועק אין תורה צו דעם וואָס גיט זיך אַוועק צו תורה.
רש"י איז מפרש התורה, אין רש"י האָט מען געגעבען דעם כח, אַוועקצוגעבען די עצמיות פון תורה צו די עצמיות פון אַ אידן.
מען דאַרף לערנען אַלע טאָג אַ פרשה חומש עם פרש"י, ווייל רש"י איז ממשיך די עצמיות פון תורה אין עצמיות פון אידן.
ג. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט געזאָגט אַ כלל, אַז ווען דער זיידע3 זאָגט: "עס איז אַ דבר ידוע", מיינט דאָס, ווי עס איז בהרגש נשמתו אין ג"ע העליון.
דער רבי האָט געזאָגט, אַז אַ איד דאַרף זאָגן שמחת תורה לחיים4.
אויף בני חיי מזוני האָט זיך דער אויבערשטער משעבד געווען, וואָס מיר בעטן איז אַז עס זאָל זיין רויחא.
וואס מיינט רויחא — דאָס איז שוין מיין אייגענער ביאור — אַז די גשמיות זאָל דערהערן די כוונה פנימיות וואָס איז לכתחלה געשטאַנען אין יש הגשמי.
אין רויחא איז פאַראַן חילוקי מדריגות, רויחא פון אַ בעל עסק פון אַ בן תורה און פון אַ חסיד. דער רויחא פון אַ חסיד מיינט, אַז ער שטעלט זיך דאַוונען טראַכט ער גאָר ניט וועגן דעם שטיקל ברויט, וואָס ער דאַרף עסן נאָכן דאַוונען אַ גאַנצן טאָג, ע"ד ווי הרה"צ ר' זושא פלעגט זאָגן: "זושא דאַרף עסן".
ד. מיט 58 יאָר צוריק האָט הוד כ"ק אאמו"ר מבאר געווען בעת אַ פאַרבריינגען דעם ענין: לוו עלי ואני פורע5.
שבת איז די עבודה פון יחודא עילאה — הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט אויף יחודא עילאה זאָגען: עפּעס גאָר אַנדערש —
א חסיד אַז עס קומט שבת, ווייס ער אַז היינט איז שבת, שבת דאַרף מען גיין
הערות
- 1. תהלים י, יז.
- 2. ראה מדרש תהלים צ, ד. ב"ר פ"ח, ב. תנחומא וישב ד וש"נ. זח"ב מט, א.
- 3. ברשימת ההנחה כותב המניח: "כפי הנראה הכוונה על כ"ק אדמו"ר הצ"צ. המעתיק".
- 4. ראה גם ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 28. תש"ב ע' 13.
- 5. ביצה טו, ב.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.