172

יום שמע"צ תש"ח בסעודה

א. אַז מען האָט איבערגעגעבן דעם אַלטן רבי'ן צו שרייבן דעם שו"ע און עס איז געקומען צום דין פון בני ארץ ישראל וועגען יו"ט שני של גליות1 איז ער געווען אין אַ פאַרלעגענהייט, ווי אַזוי נעמט מען צו פון בני ארץ ישראל דעם יו"ט שני וכו'.

יו"ט שני של גליות איז דער פירוש, אַז דאָס איז אַ יו"ט וואָס מען מאַכט דעם גלות אויס גלות — מאַכן דעם חוץ לארץ פאַר "ארץ"2, עס זאָל זיין די המשכה למטה כמו למעלה.

און דער גאַנצער פּעקיל ליגט אויף אונזערע פּלייצעס.. . 3.

ב. חסידות לערנט, אַז פון די נידעריקערע מדריגה קומט מען צו די העכערע מדריגה, און אַז מען שטייט ביי די העכערע מדריגה דאַרף מען וויסן אַז מען איז צוגעקומען צו די העכערע מדריגה דורך די נידעריקע מדריגה. וואָס איז דער שכר דערפאַר? אַז מען דערהערט די הפלאה פון די מדריגה התחתונה.

עס איז פאַראַן אַ עבודה קטנה און אַ עבודה גדולה רמה ונשאה, מען קען ניט צוקומען צו די מדריגה גדולה רמה ונשאה סיידן דורך די עבודה קטנה; אַז מען שטייט אין די עבודה רמה ונשאה און מען ווייס אַז דאָס איז געקומען פון די עבודה קטנה, דאַן דערהערט מען די הפלאה פון די עבודה קטנה.

ג. בערע אברהם'קעס4 און טובי'. . . זיינען אַמאָל אַריינגעקומען צו דעם טאַטן און געזאָגט: גוט יום טוב, היינט איז דאָך שמחת תורה. האָט דער טאַטע זיי געענטפערט: איך האַלט נאָך ביי די עבודה פון שמיני עצרת.

ד. שמיני עצרת מאַכט אַ רושם אין נפש, און נשמה מאַכט אַ רושם אין שמיני עצרת.

הנהגה:

כ"ק אדמו"ר שליט"א צוה להתפלל שחרית ביום שמיני עצרת קודם חצות היום.

הערות

  1. 1. או"ח סימן תצו.
  2. 2. להעיר מפתגם אדמו"ר הצ"צ לאחד החסידים: "מאַך דאָ ארץ ישראל" — אגרות-קודש ח"א ע' תפה ואילך. חי"א ע' סא. שם ע' סו. חי"ד ע' תלו. לקו"ש ח"ב ע' 621. ספר השיחות תנש"א ח"ב ע' 703 ואילך. ובכ"מ.
  3. 3. ברשימת ההנחה: "מפני הרעש שהי' ברחוב לא זכינו לשמוע הדברים על בירורם וצריכים לשאול ולתקן מה שחסר. — המעתיק".
  4. 4. קאַצענעלענבויגן. — נזכר בספר השיחות תש"ד ע' 27. קונטרס בר מצוה תרנ"ג (קה"ת, תש"ס) ע' יח.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.