170
מיוחס, ער איז אַ שיינע זאַך, עס איז אַ כלי צו אמת'ע שיינקייט — דער גוף — מען פאַרשפילט זיך אין משל — עצמות דערהערט זיך אין גשמיות.
ד. ביי הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז געווען אַלץ מכוון. עס זיינען דאָ אַזעלכע וואָס ווייסן שולחן ערוך, קבלה, אָבער עס איז לא נגע; הוד כ"ק אאמו"ר איז געווען אַ מדוד.
ה. עס זיינען דאָ צוויי אופני הכנות, הכנת הצורה על החומר און הכנת החומר על הצורה; אין הכנת הצורה על החומר איז עכ"פ ווערט ער ניט נתעלה, און אין הכנת החומר על הצורה — דאָ דערהערט זיך די הפלאה.
ו. שבת און יו"ט זיינען צוויי מדריגות חלוקות הן בעצם ענינם והן במהותם.
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט אַמאָל גערעדט בארוכה אין אַ פאַרבריינגען בענין וואָס איז דער צירוף פון שבתחולהמועד, ואמר על זה: אַז מען מאַכט פון חול — מועד, וואָס מועד איז ענינו יום קבוע; די נשמה איז דאָך אַראָפּגעקומען מיט אַ שליחות, דאַרף מען מייקר זיין יעדע רגע. אַנדערע מאַכען פון מועד חול, און שבת איז מעלה דעם חול אין דעם מועד.
ז. מען דאַרף זיין ווי מען ווייס, און מען דאַרף ניט זיין ווי מען ווייס; מען ווייס דאָך דעם יע און דעם ניין. היינט איז דאָך אָבער זמן שמחתנו, בכלל דאַרף מען זיין בשמחה.
דער רבי האָט ניט געוואָלט אַז מען זאָל וויינען. אַמאָל איז געווען חודש אלול — אַ חושך, מען האָט זיך מפנה געווען פון די געשעפטן און מען האָט געטראַכט וועגן תיקון.
ח. אַלטע חסידים פלעגן זאָגן: אַז מען זאָגט יוכ"פ על חטא איז נאָך ניט געענדיגט, נאָך יוכ"פ מאַכט מען אַ קנייטש; אַז עס קומט סוכות זאָגט ער צום נפש הבהמית: נו! וואָס, דו האָסט גענומען דעם גוף און הויבסט אָן צו קאָמאַנדאָווען, קריך אַריין אין סוכה און אַרבעט מיט די פיס, שמע"צ — דערהערט מען שמחת תורה, איז דעמאָלסט דער בראשית אַ אַנדערער.
ט. אַז די קאָפּ וואָלט פאַרשטאַנען און די האַרץ וואָלט פילען וואָס די מויל רעדט, וואָלט געווען אַנדערש.
י. נאָר באמת אַלץ טוט זיך אָפּ, נאָר עס פעלט די דאיאנקע (הכלי שמקבלים בו את החלב).
יא. אחד הי' אברהם3, אברהם איז געווען אַ אחד'יגער4, און ער האָט עס מנחיל געווען צו אַלע אידן.
אַז דער אַלטער רבי איז געקומען פון מעזריטש האָט ער אָנגעהויבען מקרב זיין אנשים פשוטים, וואָס דאָס איז געווען דער נייעס ביי חסידים פון פאַר מעזריטש ביז נאָך מעזריטש.
אַז דער רבי איז געקומען פון מעזריטש האָט ער געזאָגט קורצע תורות, אַ וואָרט — אַ תורה.
איינע פון די קורצע תורות איז געווען5: אחד הי' אברהם, אַז אברהם איז געווען — אחד. איז דערפון געוואָרען אַ שטורעם.
מיין מלמד ר' ניסן6 האָט מיר אין די
הערות
- 3. יחזקאל לג, כד.
- 4. ראה גם ספר השיחות תש"ד ע' 72 (נת' באגרות-קודש כ"ק אדמו"ר שליט"א ח"ג ע' רמו). וראה ספר השיחות תש"ג ס"ע 46.
- 5. עוד דברים שאמר או עשה כשחזר ממעזריטש — ראה לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.
- 6. ראה אודותו לעיל ע' 41. וש"נ.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.