169
דעם ערשטען מאָל אין מעזריטש13, האָט ער געהערט אַ תורה פון מעזריטשער מגיד בשם הבעש"ט, אַז פון ענן הקטרת פון יוהכ"פ ווערט נמשך דער סכך הסוכה14, וואָס דאָס איז דער אהבתי אתכם אמר ה'15, האָלט האָבן אַ אידן.
פון דענסטמאָל אָן איז געוואָרן אַ שינוי אין דרך פון אַלטן רבי'ן, וואָס ער האָט אָנגעהויבן מקרב זיין אנשים פשוטים. פריער איז דאָך געווען בדרך הבדלה און ריחוק פון אנשים פשוטים, אָבער פון דענסטמאָל אָן האָט ער אָנגעהויבען מקרב זיין אנשים פשוטים16.
ביים טאַטן17 איז דאָ אַ ביאור אויף דעם ענין וואָס פון ענן הקטרת של יוהכ"פ ווערט דער סכך הסוכה, בבחי' אהבתי אתכם אמר ה'.
בכלל איז פון דעם קירוב צו אנשים פשוטים איז מען משלים וואָס עס פעלט זיי בגילוי; בהעלם האָבען זיי דאָך אַלץ, און דורך דעם אהבת ישראל און קירוב צו די אנשים פשוטים איז מען משלים וואָס עס פעלט זיי בגילוי.
ז. אין יאָר תרמ"ח האָט מען פאַרבראַכט אצל הרבנית הזקנה18. און הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט גערעדט בענין אהבת ישראל, און האָט אַ זאָג געטאָן: אַי! אַ איד. והי' שם ג"כ החסיד ר' הענדל, ואמר: אַי! רבש"ע, דו ווייסט דאָך אַ ודאי וואָס אַ איד איז און וואָס ער טוט אויף דיין וועלט, גיב זיי פרנסה בהרחבה זיי זאָלען זאָגען תהלים בשמחה.
הערות
- 13. ראה גם לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.
- 14. ראה עטרת ראש שער יוהכ"פ כט, א ואילך. לו, סע"א ואילך. מאמרי אדמו"ר האמצעי דברים ח"ג ע' א'קלד ואילך. ח"ד ע' א'רכז ואילך. אוה"ת סוכות ע' א'תשכב ואילך. המשך וככה תרל"ז פרק פד. סה"מ תרנ"ז ע' קסב ואילך. ד"ה בסוכות תשבו תשל"ו. תש"מ (סה"מ מלוקט ח"א ע' קעז. ע' שנז). ובכ"מ.
- 15. מלאכי א, ב.
- 16. ראה לעיל ע' 28. וש"נ.
- 17. ראה סה"מ תרנ"ז שם.
- 18. הרבנית הצדקנית מרת רבקה. ראה אודותה לעיל ע' 14. וש"נ.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.