167
יום א' דחג הסוכות תש"ח בסעודה
א. אחד מהמסובים אמר: לחיים! עס זאָל זיין שמחה.
ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:
דער אויבערשטער זאָל העלפן אַז מען זאָל דערהערן די שמחה. מלמעלה גיט מען דאָך נאָר גוט, כמאמר הידוע1 אין רע יורד מלמעלה, דאָס ווערט דאָך ערשט אין השתלשלות, אָבער מלמעלה גיט מען דאָך נאָר גוט. זאָל דער אויבערשטער העלפן אַז מען זאָל דאָס טאַקע דערהערן.
ויאמר א' מהמסובים הנ"ל: אין אַ טוב הנראה והנגלה.
ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:
עס איז דאָך מסתמא ידוע, וואָס מען האָט גערעדט דעם חילוק פון טוב הנראה והנגלה און טוב האמיתי.
ב. אין מיינע קינדער יאָרן, אין מיינע וואַלגערישע יאָרן ווען איך האָב זיך געוואַלגערט אין החסיד ר' הענדל'ס2 חדר, האָב איך אַמאָל בייגעוואוינט ווי החסיד המלמד ר' אהרן נ"ע קוגעל מדאָקשיץ3 — הי' בר דעת בחסידות והוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט זיך דורכגעשריבן מיט איהם — האָט געזאָגט צו החסיד ר' הענדל'ען: שטייסט אויף אינדערפרי און זאָגסט מודה אני און דו וויינסט שוין, דו ביסט דאָך אַ קליינער בעל מוחין און אַ גרויסער בעל מדות, איז מילא, אַז עס גייט דורך אַ גאַנצער טאָג, און מ'טוט זאַכען וואָס מען דאַרף ניט טאָן און מען טוט ניט אַזעלכע זאַכען וואָס מען דאַרף יע טאָן, איז נאָכדעם ביי קרשעה"מ וויינט זיך; אָבער באַלד אין דערפרי ביי זאָגען מודה אני, וואָס וויינסטו שוין.
האָט אים החסיד ר' הענדל געענטפערט: איך וויין ניט, נאָר עס פאַרקוועטשט מיר די האַרץ, עס איז שוין 67 יאָהר ווי ער — הנה"ב — מאַטערט מיר, עס איז אַדורכגעגאַנגען אַ טאָג און ער האָט דאַכט זיך געהאַט וואָס ער וויל, איז אַז ער האָט זיך געלייגט שלאָפן האָב איך געמיינט אַז ער וועט שוין אייננעמען אַ פגירה; ערשט אינדערפרי, ער איז ווייטער דאָ. ער לאָזט מיר ניט זאָגען מודה אני ווי אַ איד דאַרף זאָגן, קען איך דאָס ניט פאַרנעמען און עס פאַרקוועטשט מיר די האַרץ און עס וויינט זיך.
וסיים כ"ק אדמו"ר שליט"א: איך בין זיך יעצט מצייר דעם עוה"ז פון ר' הענדל'ן, זיין קליינע שטיבל מיטן בעטל מיט די גאַנצע שטימונג און זיין אָרימע הויז, ומ"מ אמר כנ"ל.
אַמאָל אַז מען האָט געזאָגט אַ וואָרט האָט מען דאָס פאַרנומען, מען האָט דאָס איינגענומען; אָבער היינט אַז מען זאָגט דעם אמת האָט מען פאַראיבעל — מען מיינט, אַז דאָס מיינט מען ניט אים. ער איז דאָך גאָר ניט, ניט קיין בעל מוחין, ניט קיין בעל מדות, נאָר אַזוי ווי הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דאָס אָנגערופען: אַ "צוצעלע" — צוויי פלאָקענס אַרומגעוויקלט מיט אַ שמאַטע און אָנגעטאָן אַ אָפּגעריבענע היטעל, און מען שטעלט עס אַוועק אין גאָרטען אָפּצושרעקען די פייגלען. דער טאַטע פלעגט עס אויך רופען: ניט דערקאָכטע
הערות
- 1. כ"ה בשל"ה (קו, ב. ועוד) ובכ"מ בדא"ח (ראה תניא אגה"ק סי"א). ובב"ר פנ"א, ג "אין דבר רע כו'". וראה מדרש תהלים מזמור קמט.
- 2. ראה אודותו לעיל ע' 17. וש"נ.
- 3. ראה שיחת ליל שביעי של פסח תש"ז (לעיל ע' 113). וש"נ.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.