163

ליובאַוויטשער בלאָטע איז דאָך אַ מדריגה3. עס איז ידוע וואָס הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק הצ"צ האָט געזאָגט אויף די ליובאַוויטשער בלאָטע: אַלע לאָזען דאָ איבער און איך דאַרף עס אויסטריקענען.

און הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מסיים געווען: מה דאָך אַז אויף ליובאַוויטשער בלאָטע דאַרף מען האָבן חסידישע פיס, כל שכן אויף די בלאָטע בעלמא.

ד. רשב"ץ4 פלעגט מאַכען אויף יעדע זאַך ר"ת, אויף תומכי-תמימים האָט ער געזאָגט צוויי תוי'ן ר"ת תילים, תניא. מען דאַרף זאָגן תהלים ווי מ'לערנט תניא און לערנען תניא ווי מ'זאָגט תהלים. אַלע אידן זאָגן תהלים און קיינער ווייס ניט דעם פשט, אין תניא אויך אַזוי5.

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט ניט ליב געהאַט די וואָס לערנען תניא מיט חכמה'לעך. אין עבודה קען מען יע ריידען6, דאָס איז דער פטטיא דאורייתא טבין7 — פטטיא וואָס בריינגען לאורייתא8.

די וואָס זיינען קלאָר פרקים תניא אויסווייניג, נו, אָבער אַזוי דאַרף מען האָבן אין פּאַקעט — קעשענע — אַ תהלים און אַ תניא9.

ה. די סקאַרבאָווע ניגונים זיינען מקובל. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז ניט געווען קיין זאָגער, ניט געווען שייך צו מישען זיך אין די זאַכען — ער פלעגט שטיין ביי דער זייט אויף זיין אָרט, אָבער הוד כ"ק אאזמו"ר מוהר"ש — יע.

הוד כ"ק אאזמו"ר מוהר"ש פלעגט דאַוונען יוכ"פ אין אַ בעזונדער חדר נעבען ביהמ"ד, בעת דער חזן פלעגט זאָגען די עבודה איז ער אַרויסגעקומען אין ביהמ"ד, מ'פלעגט שטעלן אַ קרעסלע — כסא — און ער פלעגט צוהעלפן דעם חזן אין די סקארבאווע ניגונים10. ר' אלי' אבעלער11 איז געווען פון די

הערות

  1. 3. ראה גם שיחת יום אחש"פ תש"ט (לקמן ע' 322).
  2. 4. ראה אודותו לעיל ע' 12. וש"נ.
  3. 5. ראה גם אגרות-קודש חלק ד ע' רסז: "התניא הוא כחומש, כל ישראל מגדול שבגאונים עד הקטן שבקטנים לומדים חומש, וכל אחד לפי ערכו יודע מה שיודע, ואין שום אחד יודע מאומה, וכל הגדול יותר יודע יותר הפלאת המושג".
  4. 6. ראה אגרות-קודש אדמו"ר מהורש"ב ח"ב ע' תשכ. אדמו"ר מהוריי"צ ח"ג ע' תט. ספר השיחות תש"ב ע' 83 ואילך.
  5. 7. ירושלמי ברכות פ"ט ה"ח.
  6. 8. ראה ספר השיחות תש"ב שם: "הוד כ"ק אאמו"ר האָט אַמאָל געפרעגט דעם זיידן — הוד כ"ק אאזמו"ר מוהר"ש — וואָס איז וועגן די ביאורים אויף תניא. . האָט דער זיידע אדמו"ר מוהר"ש נ"ע געענטפערט: אויב מען לערנט דאָס צוליב השכלה, איז קען געמאָלט זיין אַז ניט ער ווייס פון תניא און ניט דער תניא ווייס פון איהם. אויב, אָבער, ער פאַררעט זיך אין עבודה, איז אפילו אַז דאָס איז ניט די כוונה פון תניא, נאָר צוליב מעורר זיין את הזולת מיט אַ וואָרט — קען מען אפילו די גאַנצע 70 יאָהר ריידן, וכמאמר "כל פיטטיא בישין ופיטטיא דאורייתא טבין".
  7. 9. ראה "פתח דבר" לתניא — הוצאת קה"ת — פורמט כיס: "כמה פעמים דיבר כ"ק מו"ח אדמו"ר בהנחיצות להדפיס התניא בפורמט כזה שיהי' נוח לשאתו בכיס הבגדים, ובמילא יהי' מן המוכן בלכת בדרך וכו'". וראה שיחת ש"פ ויקהל מבה"ח אדר שני תשי"ד.
  8. 10. ראה גם ספר השיחות תש"ד ע' 26 ואילך. תש"ה ע' 25.
  9. 11. החסיד ר' אלי' וואראבייטשיק מישוב אבעל, מחסידי הצ"צ ומהר"ש — ראה אודותו: אגרות-קודש ח"ג ס"ע שטו ואילך. שיחת כ' כסלו תרצ"ג סעיף ג (לקו"ד ח"א לג, ב). ספר השיחות: קיץ ה'ש"ת ע' 163 ואילך; תש"ג ע' 111; תש"ה ע' 95.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.