162

סעודת יום ב' דראש השנה תש"ח

א. הרמ"ש שי' סיפר לכ"ק אדמו"ר שליט"א אודות סדר תהלוכות התשליך ביום א' דר"ה, והעיר שאחד אמר בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א שאינו שבע רצון שירקדו בשובם מן התשליך, וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א:

אדרבא איך האָב זיך נאָכגעפרעגט אויב מען האָט געטאַנצט, און אַז מען האָט מיר געזאָגט אַז ניט, האָט עס מיר געוואונדערט.

ווי קען מען גאָר זאָגן, אַז איך בין ניט צופרידן פון אַ אידישע טאַנץ בכלל, פון אַ חסידישן טאַנץ בפרט און פון אַ תמימים טאַנץ בפרטי פרטיות. דאָס גייט ביי מיר אַריין בגדר לה"ר.

ב. אַ סאַך אידן האָבן געבעטן און אויסגעבעטן אַ מפלה אויף די שונאי ישראל, און אַז אַלע זאָלן וויסען דעם אמת. סתם מענטשען האָבען אַ אויסשפּראַך, דער איז שולדיג "די פּאָליטיקע איז שולדיג", און מען פאַרגעסט אַז טבע איז אלקות1, און בפרט אין כלליות ענינים, וואָס זיינען נוגע אידען און ארץ ישראל.

איך בין ניט קיין פּאָליטיקער און וויל דאָס ניט זיין, איך בין אַ אהבת ישראל מחונך איד, אַז מען דאַרף האָבן מסי"נ אויף אידישקייט און אידן.

אין אה"ק ת"ו זיינען פאַראַן יונגע לייט וואָס זיינען זעך מוסר נפש פאַר אידען, זיי טוען זייער אַ גוטע אַרבעט, דער אויבערשטער זאָל זיי שטאַרקען די הענט בהצלחה. זיי דאַרפן האָבן תיקון אין קיום מצות מעשיות, זיי דאַרפן היטן שבת, לייגן תפילין, כשרות וכו', אָבער דאָס זיינען מענטשען, נאָר מיט חסרונות. מען באַדאַרף לייגן די גרעסטע כחות מקרב זיין זיי צו קיום המצות מעשיות. אָבער אויף די גוטע זאַכן וואָס זיי טוען מיט דעם אידישן ברענענדיגן מסירות נפש באַדאַרפן אַלע אידן — בלי הבדל מפלגה — זאָגן און בענטשען: תחזקנה ידיהם.

ג. אין ליובאַוויטש פלעגט מען דעם צווייטען טאָג ר"ה נאָכ'ן מאמר גיין אַ ריקוד אין הויף2.

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט שטיין ביי זיך אין חדר נעבען פענסטער — די פענסטער איז געווען פאַרהאָנגען אַזוי, אַז מען האָט געקענט אַרויסקוקען און ניט ווערען געזען — און זיך צוקוקען, און דערביי האָט ער אַמאָל געזאָגט:

איך בין ניט קיין בעל התפעלות, נאָר דאָס דערנעמט מיר אין אַ ענין פנימי דפנימי, זיי קנעטן אויס די ערד.

הערות

  1. 1. ראה גם סה"מ תרפ"ט ס"ע 41 ואילך. וש"נ.
  2. 2. ראה רשימת היומן תשרי תרצ"ג ("רשימות" חוברת יד ע' 3): "במוצאי ר"ה היו יוצאים במחול, אבל לא [במוצאי יום א'] אור ליום ב'". וראה גם "התמים" חוברת ד ע' פט [רי, א] — "מזכרונותיו של אחד התמימים" מחודש תשרי תר"ס.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.