161

הרי"מ מפּאָלטאַווא10 האָט דאַמאָלסט אין איינע פון די פאַרבריינגענס געזאָגט צו הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אַז מען האָט נאָך ניט פאנאַנדערגענומען די אותיות פון חסידות.

האָט אים הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געענטפערט:

דאָס קען מען ניט זאָגן, יעדער דאַרף זאָגן נאָך זיין הרגש והשגה. וואָס מען קען יע זאָגן איז, אַז עס האָט נאָך ניט דערנומען.

ולקח הרי"מ כוס משקה ובכה ואמר: אַזוי לאַנג געהאָרעוועט.

און אַזוי ווי רשב"ץ11 פלעגט מיר זאָגען, בעת ער האָט מיט מיר אָנגעהויבען לערנען: אַז מען לערנט חסידות, אָבער אין עניני עבודה — לא פגע ולא נגע12.

ה. מ'קען זאָגען: אַ ליכטיגן ג"ע זאָל האָבען מיין מלמד ר' ניסן13, ער האָט מיר מסביר געווען קליינערהייט אַ פולע ענינים. איך האָב געהערט, אָבער נאָך ניט געווען שייך צו פאַרשטיין, און ר' ניסן פלעגט מיר מסביר זיין אויף דעם וואָס איך האָב געהערט תילי תילים14.

ו. דער עלטער זיידע פון ר' ניסן15 און דער זיידע פון המלמד ר' יקותיאל16 זיינען געווען, די צוויי זקנים מלמדים ביי דעם אַלטן רבי'ן אין הויז17.

עס איז ידוע די מעשה18, וואָס דער אַלטער רבי האָט געזאָגט צו איינעם פון זיי: איך וויל מיט דיר בייטען אַ מצוה פאַר אַ מצוה.

דער אַלטער רבי האָט דאַן געזאָגט: איך גיב דיר לחם, וואָס דאָס איז פנימית, און דו זאָלסט אויך געבען אין אַ פנימית.

ז. קומענדיג פון מעזריטש האָט דער אַלטער רבי געזאָגט19, אַז דאָרט האָט ער גענומען די מעלה פון אַ חסיד, חסיד העכער פון אַ צדיק. דער טאַטע20 איז געווען אַ צדיק, ער איז דאָך געווען דעם בעל שם'ס אַ מענטש21.

איידער מען האָט געוואוסט אַז די פשיטות פון אַ איש פשוט איז די פשיטות העצמות22, בין איך אויך געווען אריינגעשטעלט אויף דעם סדר פון אַ צדיק, אַז איך בין געקומען אין מעזריטש האָב איך דערהערט די מעלה פון אַ חסיד.

ח. די עבודה איז אין דער הארת הנשמה שבגוף, אָבער עס איז פועל אין עצם הנשמה23. הנשמה עצמה אינה צרי

הערות

  1. 10. ראה אודותו לעיל ע' 11.
  2. 11. ראה אודותו לעיל ע' 12. וש"נ.
  3. 12. ראה גם לעיל ע' 24. לקמן ע' 329. ע' 332.
  4. 13. ראה אודותו לעיל ע' 41. וש"נ.
  5. 14. ראה גם שיחת ליל א' דחה"ש תש"ז ס"א (לעיל ע' 128).
  6. 15. ראה רשימת היומן של רבינו מיום א', כ' אייר תרנ"ו (לקו"ד ח"ג תקכח, ב ואילך). ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 69. לעיל ע' 43.
  7. 16. ראה ספר השיחות שם ע' 161.
  8. 17. ראה ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 111; ע' 119 (ושם, שחותנו של ר' יקותיאל הי' מלמד בליאַדי אשר רבינו הזקן למדו איך ללמוד ה"אלף בית" עם ילדים).
  9. 18. ראה שיחת י"ג תמוז תרצ"ב. "היום יום" ח אדר א. אגרות-קודש ח"ב ע' תצא. ח"ג ע' שט. ספר השיחות שם. רשימת חורף ה'שי"ת ס"ז (לקמן ע' 395) — ושם, שהי' זה זקנו של ר' דובער ב"ר פסח מלמד.
  10. 19. עוד דברים שאמר או עשה כשחזר ממעזריטש — ראה לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.
  11. 20. ר' ברוך, אביו של אדמו"ר הזקן.
  12. 21. ראה גם שיחת פורים תש"ו (לעיל ע' 22). וש"נ.
  13. 22. ראה לעיל ע' 3. וש"נ.
  14. 23. ראה סה"מ תרפ"ד ע' ד. תש"ט ע' ו.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.