158

מעלה ביז מטה מטה, ניט נאָר דאָס, אַז דער מטה זאָל ווערן אַ כלי צו מעלה, נאָר אַז דורך עבודה אויפהויבן דעם מעלה גופא.

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דאָס מבאר געווען, אַז עס זאָל נתגלה ווערן דער פנימיות הרצון אין עצמות, וואָרום מצד עצמות איז דאָך הכל שוה, זאָל נתגלה ווערן דער פנימיות הרצון.

דער אויבערשטער זאָל געבען אַלע אידן בכל מקום שהם, אַ שנה טובה ומבורכת אין גשמיות און אין רוחניות. עס זאָל זיין חסידישע גשמיות. דאָס מיינט, אַז עס זאָל גאָרניט פעלן אין גשמיות, מען זאָל האָבן אַלץ וואָס מען בעדאַרף. חסידישע גשמיות מיינט, אַז מען זאָל ניט דאַרפן האָרעווען אויף אַראָפּנעמען די גראָבקייט פון גשמיות, עס זאָל זיין על דרך ווי מן ולחם מן השמים — שבאמת הם ב' ענינים: מן ולחם מן השמים — וואָס דאָס מיינט אַז די גשמיות איז רוחניות'דיק.

דער אויבערשטער זאָל געבן אַ שנת חיים וברכה אין גשמיות און אין רוחניות און מען זאָל האָבן אַ חיות אין עבודה.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.