149
עבודות הקדש מתוך נחת והרחבה, און דער רבי זאָל פירן בקרוב ממש אַלע אידן לקבל פני משיח צדקנו בב"א.
כ"ק אדמו"ר שליט"א עונה אמן על הברכות האמורות, והואיל לספר:
ווען דער אַלטער רבי איז געקומען פון מעזריטש האָבן די תלמידים מרגיש געווען באַ איהם אַ שינוי אין דער הנהגה:
בשעת דער רבי איז געוועזען באַ זיין פאָטער הרב ר' ברוך, האָט ער געזעהן ווי מען איז מקרב אנשים פשוטים, און מען איז זיי מייקר.
ווען דער רבי איז געוואָרן אַ איידים אין וויטעבסק האָט ער זיך געפירט אין דער הנהגה. די גדולי התורה אין וויטעבסק, האָבן זיך אויף דעם געוואונדערט, אַזאַ גדול בתורה איז מקרב אנשים פשוטים, און גיט זיך אָפּ מיט זיי. אַ איש פשוט האָט מען אין יענער צייט גערופן מיטן נאָמען "דרבן".
עס איז דורכגעגאַנגען עטליכע יאָר, און דער רבי איז געוואָרן עלטער, האָבן זיך צו אים צוגעקלעפט תלמידים, פערלדיגע תלמידים, און ער האָט אויף זיי משפיע געווען מתורתו. ער האָט זיך אויך אָפּגעגעבן מיט אנשים פשוטים, זיי מקרב געווען, אָבער ער האָט אַ סאַך געלערנט בינו לבין עצמו.
דענסטמאָל האָט מען געהאַלטן אַז עס איז דאָ ג' מיני אהבה, אהבת השם אהבת התורה און אהבת ישראל. אהבת השם איז הן וואָס מען פאַרשטייט און הן דאָס וואָס מען פאַרשטייט ניט, אהבת התורה איז אפילו אויף דעם וואָס מען האָט נאָך ניט אויסגעשעפּט פון תורה, אהבת ישראל איז, האָלט האָבן אַ בן תורה2.
ווען דער אַלטער רבי איז צוריקגעקומען פון מעזריטש, האָבן די תלמידים געזעהן אַ שינוי, הן אין די אמירת התורות, און הן אין דער הנהגה פון מייקר זיין אנשים פשוטים3.
ער האָט דאַן געזאָגט צו די תלמידים4: אהבת ישראל איז, אַז מען דאַרף האָלט האָבן אַלע אידן, אפילו אנשים פשוטים (און נישט ווי עס איז געווען דענסטמאָל די הנהגה אַז בני תורה זיינען געווען בדלים (אָפּגעזונדערט) פון אנשים פשוטים), און דאָס ברענגט צו אהבת התורה, און דענסטמאָל האָט מען אַ חוש אין אהבת השם5.
בכללות איז די הנהגה פון אדמו"ר הזקן געוועזן, אַז ער פלעגט זאָגן די תלמידים, אַז זיי זאָלן פרעגן, וואָס זיי האָבן צו פרעגן, דאַן איז געווען אַ זמן וואָס מען האָט געפרעגט, און מען האָט זיך ניט באַנוגענט מיט אמונה אַליין. האָבן די תלמידים געפרעגט: אהבת השם איז דאָך למעלה מהבנה והשגה, אהבת התורה איז דאָך קבוע בלב, און אהבת ישראל איז דאָך ניט אַלע גלייך, דעם דאַרפמען האָלט האָבן, און דעם אַנדערן בניחותא.
והשיב להם אדמו"ר הזקן:
אהבת ישראל, האָלט האָבן אַ אידן מיט אַ פנימיות, קומט מען צו דורך דעם צו אהבת התורה, אַז ניט נאָר דאָס [וואָס] עס איז באתגליא, נאָר אפילו דאָס וואָס
הערות
- 2. ראה ספר השיחות תש"ה ס"ע 117 ואילך.
- 3. ראה גם שיחת ל"ג בעומר שנה זו. י"ט כסלו תש"ח (לעיל ע' 123. לקמן ע' 181).
- 4. עוד דברים שאמר או עשה כשחזר ממעזריטש — ראה לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.
- 5. ראה גם ספר השיחות שם ע' 120. שיחת ג' דחול המועד פסח תש"ח. י"ט כסלו תש"ט. רשימה מחורף ה'שי"ת ס"ב (לקמן ע' 213. ע' 291. ע' 347).
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.