ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתש"ו-ה'שי"תספר השיחות — תש"זיום ג', ג' אלול תש"ז148

148

יום ג', ג' אלול תש"ז1

עס איז געווען אַמאָל אַ שטאַרקער פאַרבריינגען נאָך מיין בר מצוה, אין די יאָרן תרנ"ד או תרנ"ה, יעמאָלט האָט זיך גערעט אַז תכלית העבודה איז אויסמושטירן זיך. אַ סאָלדאַט אַז ער אַרבעט זיך אַרויף און ער ווערט אַ גענעראַל, איז תכלית המעלה פון אַ גענעראַל איז אַז ער איז אַ סאָלדאַט, אַז ער פילט ניט די מעלת הכבוד והדומה, נאָר דער תכלית איז אַז ער איז יעמאָלט אַ סאָלדאַט.

דער תכלית פון עבודה איז פועל, דער תכלית פון השכלה איז עבודה, און תכלית פון עבודה איז מעשה.

גשמיות איז מרמז אויף עצמות. נאָך די הפלאה פון אצילות ולמעלה מאצילות — איז גשמיות מרמז אויף עצמות2. דערפאַר דאַרף מען מייקר זיין גשמיות. איז אָבער דוקא גשמיות און ניט קיין חומריות.

וואָס דאָס איז אַזוי אין יעדער זאַך. אַ בעל עסק איז זיין תכלית פרנסה, דער תכלית פון פרנסה איז צוליב אַ ענין רוחני, ניט קיין חומריות, יעמאָלט איז די גשמיות רוחניות.

היינט איז דאָך אלול, גיט אָפּ אַ געריס צו אנ"ש מיט אַ ברכה אַ כתיבה וחתימה טובה בגשמיות וברוחניות. די וואָס דאַרפן האָבן אַ רפואה זאָל זיי השי"ת העלפן מיט אַ רפו"ש, און אַ התעוררות פנימי.

איר פאָרט דאָך — פאָרט געזונט, און זייט געזונט און קומט געזונט.

הערות

  1. 1. קודם נסיעת הרה"ח ר' שמואל לויטין והרה"ח ר' אליהו (ייאכיל) סימפּסאָן — הרש"ל והרא"ס — לטשיקאַגאָ — בכניסתם לקבל ברכת הפרידה. — מרשימת הרה"ח ר' אליהו (ייאכיל) סימפּסאָן. ראה אודותו לעיל ע' 51.
  2. 2. ראה אגה"ק ס"כ (קל, ב). ביאורי הזהר לאדמו"ר האמצעי בשלח מג, ג. סה"מ עזר"ת ע' קנ. ספר השיחות תורת שלום ע' 120 ואילך. ועוד.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.