146
די עשירות פון דעם וואָרט איז פאַראַן אין השכלה. אָבער דאָס ליגט דאָך ליידער אונטערן טיש און קיינער איז זיך ניט עוסק אין דעם.
אז מען נעמט אַראָפּ די בלאָטע, נאָכדעם ברענט מען דאָס, נאָכדעם גיסט מען דאָס און מען מאַכט אַ בירור, מען נעמט אַרויס דעם פסולת פון טוב און דעם טוב פון פסולת, דאַמאָלט איז זיך מתגלה דער זהב טהור, די פיינגאָלד, און דאָס איז, יאר פניו אתנו סלה, אַז מען דערזעהט דעם אמת ליכטיגען פנים.
כב. בנוגע השכלה פון חסידות האָט מען אַמאָל געזאָגט אַ משל פון אַ קישקע. פריהער איז דאָס פּאַסקודסטווע, אָבער אַז מען רייניגט אויס די קישקע און מען פילט עס אָן מיט מעהל און שמאַלץ, דאַן ווערט דאָס אַ מאכל טוב.
כג. מען האָט שוין אַמאָל אין דעם גערעדט, אַז ביי יעדע חסידישע שמחה זיינען פאַראַן געזונטע שעהנע אורחים: דער בעש"ט, דער מעזריטשער מגיד און די רביים.
מיר פאַרשטעהען ניט בכלל די מעלה פון אַ נשמה. היינט ווען זי איז למעלה און איז זיך עוסק אין השגה אלקית אין גן עדן התחתון און ג"ע העליון, פאַרשטעהט מען דאָך געוויס ניט.
מען דאַרף האָבען אַ חוש צו פאַרשטעהן דעם חילוק פון ג"ע התחתון ביז דעם ג"ע העליון, און אַ חוש צו דערהערען דעם עונג אלקי פון אַ נשמה למעלה.
דאָס רעדט זיך וועגען נשמות בכלל, בפרט נשמות הצדיקים און בפרטי פרטיות נשמות הכלליות.
עס איז גאָרניט צו באַגרייפען מיטן שכל אנושי ווי אַזוי די נשמות הצדיקים הכלליות קענען זיך אָפּרייסען פון זייער עונג אלקי. זייער מסירות נפש דאָס אָפּצולאָזען און קומען זיך משתתף זיין אין דער שמחה פון חסידים נשמות אין גופים, וועלכע האָבען אַ נפש הבהמית און אַ יצה"ר, און דערצו נאָך מקנא זיין, וואָס די נשמות אין גופים זיינען זיך עוסק אין אַ ענין רוחני.
מען בעדאַרף האָבען אַ געפיהל אין דעם. חסידים האָבען דעם געפיהל, נאָר ס'איז פאַרפּילעט און פאַרשטויבט. אָבער אַז מען גיט אַ ריב ווערט דאָס נתגלה. און דער ריב, דאָס ווערט דורך התבוננות פאַרן דאַוונען און די התבוננות אין דאַוונען.
כד. אַז מען43 זינגט דעם רבי'נס ניגון — הניגון של ד' בבות — איז דאָס מעורר למעלה די התגלות הנשמה פון רבי'ן, ווי מיר האָבען זוכה געווען הערען מהוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, אַז ווען הוד כ"ק אאזמו"ר הצ"צ האָט געזונגען אין אַ מסבת חסידים דעם רבי'נס ניגון, האָט זיך יעדערער פון די חסידים המסובים אַרומגעקוקט אויב דער רבי שטעהט באַ זיין זייט.
(כ"ק אדמו"ר שליט"א ציוה לנגן את הניגון של ד' בבות מאדמו"ר הזקן והי' בדבקות עצומה בעת הניגון. אח"כ ציוה
הערות
- 43. אַז מען: זע אויך שיחת כ' כסלו תרצ"ד אות ה' [לקו"ד ח"א קב, ב]. שיחת ער"ח תמוז ה'תש"ב ע' 12 [ספר השיחות ה'תש"ב ע' 138. וראה גם שיחת כ' כסלו תרצ"ב. ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ס"ע 11 ואילך. וש"נ].
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.